רוי:די טשיקאַווע אינצידענט פון דער הונט אין דער נאַכט-צייט
די טשיקאַווע אינצידענט פון דער הונט אין דער נאַכט צייט (ענגליש: The Curious Incident of the Dog in the Night-Time) איז א 2003 ראמאן פונעם שרייבער מארק האדאן, וועגן קריסטאפער בוּן, א 15 יעריגער אינגל מיט אספערגער סינדראם וואס איז זייער גוט אין מאטעמאטיק אבער געווענליך פאַרשטייט נישט אנדערע מענטשן און זייערע געפילן.
ער וואוינט מיט זיין טאטן און לערנט אין א באזונדערער שולע פאר קינדער מיט שוועריקייטן. ער מיינט זיין מוטער איז טויט אבער שפעטער דערגייט ער דעם אמת.
די דערציילונג הייבט ווען קריסטאפער ווערט געוואויר אז עמיצער האט געהרגעט די שכנטעס הונט, וועלינגטאן. ער באשליסט צו דערגיין ווער האט געהרגעט וועלינגטאן, און דערגייט נייע פאקטן וועגן זיך. קריסטאפער האט נישט קיין פריינט אבער ער האט א ליבלינג געהייסן טאָבי, א קליינע שטשור.
דערגרייכונגען
אין 2003 האט דאס בוך געוואונען דעם "ווהיטברעד בוך פון דער יאר" פריז נאכדעם וואס מ'האט פארקויפט מער ווי צוויי מיליאן עקזעמפלארן, און אין 2004 האט עס געווינען דעם קאמאנוועלט שרייבערס פריז פארן בעסטן ערשטן בוך.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!