רוי:דזיאקאמא פוטשיני

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דזיאקאמא פוטשיני

דזיאַקאמא פוטשיני (איטאליעניש: Giacomo Puccini; ‏ לוקע, 22סטן דעצעמבער 1858 - בריסל, 29סטן נאוועמבער 1924) איז געווען אן איטאליענישער קאמפאזיטאר. ער האט געשריבן 16 אפערעס, און מען שפילט אסאך פון זיי זייער אפט. פוטשיני ווערט גערעכנט דער גרעסטער איטאליענישער קאמפאזיטאר נאך ווערדי.

ביאגראפיע

פוטשיני איז געבוירן געווארן אין לוקע, טאסקאנא, אין א משפחה וואס זענען געווען פינף דורות מוזיקער. זיין פאטער מישעל איז געווען א לערער פון מוזיק; ער איז געשטארבן ווען דזיקאמא איז געווען אלט פינף יאר. ווען דזיאקאמא איז געווען אלט 16 יאר האט ער אנגעהויבן שטודירן מוזיק. אין 1880 האט ער זיך פארשריבן אין דער מילאנער קאנסערוואטאריע.

זיין אפערע טאסקא האט מען געשפילט צום ערשטן מאל אין רוים אין 1900.

פוטשיני פלעג רייכערן אסאך און האט געליטן פון ראק אינעם האלדז. ער איז געשטארבן דעם 29סטן נאוועמבער 1924 אין בריסל, בעלגיע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!