רוי:דוד אלימלך דים
דוד אלימלך דים איז געווען חזן אין דער שטאט קראקא, פוילן. אין דערנאך אין אנטווערפן, בעלגיע.
דוד אלימלך איז געבוירן אין קראקא[אויסקלארונג פארלאנגט]. דארט האט ער געדינט אלס חזן אין די בארימטע "רבי אייזיק רבי יעקל'ס שוהל" פאר א צייט אפשניט פון אכט יאר.
אין יאר תרצ"ג איז ער אויפגענומען געווארן אלס חזן אין די גרויסע "אסטען" שוהל פון קהילת מחזיקי הדת אין אנטווערפן. ער האט געברענגט קיין אנטווערפן די טראדיציע פון גאליציאנע חזנות, און ער האט געדינט אויף דעם אמט ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה. פון דארט האט מען אים דעפארטירט[אויסקלארונג פארלאנגט] קיין אוישוויץ וואו ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם.
עס זענען געבליבן פון אים בערך צען רעקארדירטע פלאטעס, פון ניגונים און קאמפאזיציעס.
דרויסנדיגע לינקס
- א רעקארד פון דוד דים אויף ספירה
- גליון שבת בשבתו, פרשת קרח תשפ"ב
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!