רוי:דאנאטעלא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דאנאטעלא
געבורט בערך 1386

דאנאַטא די ניקאלא די בעטא באַרדי, בעסער באקאנט מיט זיין נאמען דאנאַטעלא ( איטאַליעניש : Donatello ; בערך 1386 - 13טן דעצעמבער 1466 ) איז געווען איינער פון די גרעסטע סקולפטאָרן אין דער היסטאריע, און איינער פון די אנגעזעענסטע איטאַליענישע קינסטלער ביים רענעסאַנס. ער ווערט אויך געהאלטן דער פאטער פון מאָדערנעם סקולפּטור.

לעבנסגעשיכטע

דאָנאַטעלאָ, אַ פירענצער געבוירענער, איז געווען אַ תלמיד פונעם סקולפּטאָר און גאָלד קינסטלער לארענצא גיבראטי, און האט געלערנט און באשאפן אונטער זיין טרענירונגג אינעם וואַרשטאַט פונעם פירענצער קאַטעדראַל. אין יאר 1408 האט דאָנאַטעלאָ באַקומען זיין ערשטע פאַרבעטונג.

אין די יאָרן 1430 - 1432 איז דאָנאַטעלאָ געווען אין רוים וואו ער האָט ער פאַרטיפט זיין קלאַסישן צוגאַנג און דעם סטיאַטשטאָ סטיל. אין דעם נוסח ער סקולפּטירט אין 1433 אַ סעריע פון פליישיקע און נאַקעטע קינדער-מלאכים צום כאָר באַלקאָן פונעם פירענצער קאַטעדראַל, וואס האלטן הענט און טאַנצן.

דאָנאַטעלאָ איז געשטארבן אין יאר 1466 אין עלטער פון 80. ער קיינמאָל נישט געהייראט קיין פרוי און נישט געהאט קיין קינדער. דאָנאַטעלאָ איז געווען געערט און איז געווען אַ ראָלע־מאָדעל פאַר מיקעלאַנדזשעלאָ און ראַפאַעל . אָבער דאָנאַטעלאָ איז כּמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן מיט די יאָרן, און נאר געווארן דערקענט פאַר זיין גרויסקייט און וויכטיגקייט בלויז 500 יאָר נאָך זיין געבורט, אין 1886, ווען מ'האט געהאלטן אַן אויסשטעלונג פון זיינע ווערק אין דער גאַלעריע פון פירענצע.

גאַלעריע

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!