רוי:געראנימא דע סאנטא פע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

זשעראָנימאָ דע סאַנטאַ פע (שפּאַניש: Gerónimo de Santa Fe; געבוירן מיטן נאמען יהושע בן יוסף הלורקי; אַקטיוו 1400–1430) איז געווען אַ שפּאַנישער דאָקטער און רעליגיעזער שרייבער, וואָס נאָכן שמדן זיך צום קאַטויליציזם האָט געשריבן אין לאַטיין אונטערן נאָמען Hieronymus de Sancta Fide (ווערטלעך: "היראָנימאָס פון דעם 'הייליגן' גלויבן").[1][2]

ער איז געבוירן געוואָרן מיטן נאמען יהושע בן יוסף, און זיין כינוי "אַל-לאָרקווי" (פון לאָרקע, נעבן מורסיע) איז אַ מעגליכער אָנווייז אויף זיין געבורט אָרט אָדער שפּעטערדיקן וואוינאָרט. אַנדערע האַלטן אַז ער האָט געשטאַמט פון אַלקאַניס.[3]

לויט ריטשאַרד גאָטהייל (1911)[4] איז ער ניט דער זעלביקער וואָס האָט געשריבן אַן אַנטי־קריסטליכן בריוו צו שלמה הלוי (פאַול דע בורגאָס). דער איינציקער באַווייז וואָס איז געבראַכט אויף דער אידענטיפיקאַציע איז אין אַ צעטל צוגעגעבן צו דעם כתב‏־יד פון דעם בריוו וואו עס ווערט באַמערקט אַז "דער מחבר איז שפּעטער געוואָרן אַ קריסט". די באַמערקונג, וואָס פעלט אין אַ צווייטן מאַנוסקריפּט, איז מסתמא צוגעגעבן געוואָרן דורך אַ שפּעטערדיקן שרייבער, וועלכער איז געוואָרן פאַרפירט פון דער ענליכקייט אין די נעמען (זע יהושע בן יוסף איבן וויוועס אַל־לאָרקווי). יהושע הלורקי האָט זיך געהאַט געשמדט נאָך איידער וויסענט פערער האָט געהאַלטן זיינע מיסיאָנערישע רעדעס אין לאָרקע. כאָטש ניט קיין רב, ווי שפּאַנישע כראָניקערס טענהן, איז ער געווען גוט באַהאַוונט אין דער גמרא און אין דער רבנישער ליטעראַטור. כדי צו באַווייזן זיין איבערגעגעבנקייט צו זיין נייעם גלויבן, האָט ער געפּרואווט ווערבירן צום קריסטנטום זיינע געוועזענע ברידער, און ארויפוואַרפן חשדות אויף זיי און אויף זייער גלויבן. דעריבער האָט מען עם אַ נאָמען געגעבן "מגדף" ("דער זידלער") לויט די ראשי־תיבות פון זיין שפּאַנישן טיטל און נאָמען, מאַעסטראָ געראָנימאָ דע סאַנטאַ פע. ער האָט פאָרגעשלאָגן צו אויפווייזן פון דער גמרא אַז משיח האָט שוין געהאַט אָנגעקומען אַלס יעזוס. צו דעם צוועק האָט ער באַאיינפלוסט דעם אַנטי־פּויפּסט בענעדיקט דעם אַכטן, וועמענס דאָקטער ער איז געווען, איינצואָרדענען דעם וויכוח טאָרטאָסע מיט געלערנטע אידן. לויט דער בקשה פונעם פּויפּסט, האָט ער - פאַר עם וויכוח צי נאָך דעם וויכוח - געהאַט אָנגעשריבן צוויי אַרטיקלען אָנגעפילטע מיט באשולדיגונגען קעגן די אידן, איבערחזרנדיק אלטע, שקריותדיקע טענות. איינער פון די אַרטיקלען איז געווען Tractatus Contra Perfidiam Judæorum; דער אַנדערער, De Judæis Erroribus ex Talmuth; זיי זענען פאַרעפנטליך געוואָרן אינאיינעם אַלס Hebræomastix; מען האָט זיי אויך איבערגעזעצט אין שפּאַניש מיטן טיטל Azote de los Hebreos. אַלס ענטפער האָט געשריבן דאָן ווידאַל בענוועניסטע אַן אַרטיקל מיטן טיטל "קודש־הקדשים", און יצחק נתן בן קלונימוס אין זיין "תוכחת מטעה".

געראָנימאָ האָט געהאַט עטליכע זין. איינער פון זיי, פּעדראָ, איז געווען אין ספּעציעל באַליבט ביי דער מלכּה מאַריאַ. אַ צווייטער איז געווען אַן אָפּשאַצער פאַרן גובערנאַטאָר פון אַראַגאָן, און האָט געלעבט אין סאַראַגאָסע; ער האָט אָנטייל גענומען אין דעם מאָרד פון פּעדראָ דע אַרבוע, און איז אַרעסטירט געוואָרן צוזאַמען מיט אַנדערע מאַראַנען, און, כדי אויסצומיידן דעם שאַנד פון ווערן פאַרברענט בציבור, איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין תפיסה. זיין קערפּער איז פאַרברענט געוואָרן אין דעם 21-22 אָקטאָבער 1486. אַנדערע מיטגלידער פון דער סאַנטאַ פע משפּחה זענען פאַרבערנט געוואָרן אַלס מאַראַנען אין 1497 און 1499.

ווערק

  • "De iudaicis erroribus ex Talmut" [5]

מקורות

  1. Jerónimo (de Santa Fe), by Carlos del Valle Rodríguez – 2006 Biblioteca bíblica ibérica medieval – Page 181
  2. Klaus Reinhardt, Horacio Santiago-Otero – 1986 JERÓNIMO DE SANTA FE (s. xiv–xv) Jerónimo de Santa Fe, antes Yehosúa ha-Lorquí (Yehosúa ben Yosef ibn Vives al-Lorquí), nació hacia mediados del siglo XIV.
  3. Reinhardt "Se discute si el apellido ha-Lorquí debe referirse a Llorca como al lugar de nacimiento de Yehosúa ha-Lorquí o si indica solamente que este último era oriundo de esa ciudad. En la segunda hipótesis podría pensarse en Alcañiz (Teruel)"
  4. Jewish Encyclopedia 1911 IBN VIVES AL-LORQUI (OF LORCA), JOSHUA BEN JOSEPH By : Richard Gottheil Meyer Kayserling
  5. El tratado "De iudaicis erroribus ex Talmut" Jerónimo (de Santa Fe), Moisés Orfali Levi

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!