רוי:וועקסלשטראם

From המכלול
(Redirected from רוי:בייטשטראם)
Jump to navigation Jump to search

אַ וועקסלשטראָם (ענגליש: alternating currentAC) איז אַן עלעקטרישער שטראם וואָס זיין גרייס און ריכטונג בייטן זיך שטענדיג, אנדערש פון גלייכשטראם, וואו די עלעקטראנען גייען כסדר נאר אין איין ריכטונג. דאס הייסט אַז ביי וועקסלשטראם טוט די ריכטונג פון דעם שטראם אין אַ קרייז זיך דרייען הין און צוריק כסדר.

די געוויינטליכע כוואליע-פארעם פון אַן AC מאַכט קרייז איז אַ סינוס כוואַליע, ווייל דאָס פירט צו דער מערסט עפעקטיווע טראַנסמיסיע פון ענערגיע. אָבער, אין געוויסע פּראָגראַמען טוט מען ניצן פאַרשידענע כוואליע-פארעמען, אַזאַ ווי דרייעקיגע אָדער קוואַדראַט כוואליעס.

די ריכטונג פון דעם שטראם בייט זיך 50 מאל (אדער 60 מאל) א סעקונדע. דאס פאסירט אזוי גיך אז מען קען נישט דערקענען, און א לאמפ ברענט אן א הפסק.[1]

רעפערענצן

  1. Alternating current. דערגרייכט דעם 24סטן מאי 2012.

זעט אויך


Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!