רוי:בית הכסא

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ארויסגיין)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א בית הכסא אויפן פעלד

א בית הכִסא אדער קלאזעט אדער טוילעט (העברעאיש: שירותים אדער בית שימוש) איז וואו מען גייט דארטן ארויס, צו טון די פריוואטע געברויכן. צו רעדן איידל רופט מען דאס "בית הכסא". דאס איז א דעזיגנירטער באהאלטענער ארט אדער צימער וואו דער מענטש טוט זיינע פריוואטע געברויכן.

אין די אמאליגע צייטן איז דער ארט געווען אין אן איזאלירטער כאטקע אין הויף אדער פעלד, אפגעזונדערט פון וואו מ'האט געוואוינט. די טוילעט איז געווען אן אויסגעגראבענע גרוב אויפן פעלד, און מ'האט עס באדעקט מיט ערד, אדער פארשיט מיט וואסער.

אין דער היינטיגער מאדערעניזירטער וועלט איז דאס א צימער אינווייניג וואו מען וואוינט, ווייל עס ווערט פארשיט אין א קאנאל.

לויט דער אידישער הלכה טאר מען נישט דארטן טראכטן פון הייליגע זאכן אדער דברי תורה, ווייל עס הערשט א טומאה - אומריינקייט דארטן.

היינט איז שוין פארהאנען ספעציעלע כעמישע קלאזעטן, וואס ווערן געווענליך באניצט פראוויזאריש, ביי ארבעטס פלעצער אדער א ארט וואו מ'דארף צייטוויליג בתי כסאות, פארן געברויך פון א גרעסערן ציבור, אויף א קורצער וויילע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!