רוי:איוואן גאנטע
איוואַן גאנטע (אוקראיניש: Іван Ґонта; געש' 1768) איז געווען דער היידאמאק וועלכער האט דורכגעפירט די טרויעריג-בארימטער אומאנער שחיטה אין יאר תקכ"ח.
רבי דוד חזן, אַ תלמיד פון בעל שם טוב, וועלכער איז געראַטעוועט געוואָרן פון דער שחיטה דורכדעם וואס ער האָט זיך באַהאַלטן אין אַ גרוב אין אומאַן, האָט אָנגעשריבן אַ קונטרס "חרב גאנטע", אין וועלכן ער שילדערט די גרויזאַמע געשעענישן און ווי ער האָט געבראַכט די קדושים צו קבורה אויפן אַלטן בית החיים אין אומאַן.
די רציחה וואָס גאנטע און זיינע היידאַמאַקעס האָבן דאַן אין אומאַן אַרויסגעוויזן צו די אידן, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אפילו אויף אַלטע לייט, אויף פרויען און קליינע קינדער האָבן זיי זיך ניט דערבאַרימט. מיט די פערד זענען זיי געפאָרן איבער טויטע און לעבעדיגע, וואָס האָבן זיך געוואַלגערט אין די גאַסן. זיי האָבן פון די דעכער געוואָרפן קראַנקע מענטשן, און רייטנדיג איבער די גאַסן, האָבן זיי אויף די שפּיצן פון זייערע לאַנגע שפּיזן געטראָגן קליינע אידישע קינדער.
איבער אַלע גאַסן פון אומאַן האָבן זיך יענעם טאָג געוואַלגערט הרוגים און בלוט האָט זיך געגאָסן ווי וואַסער. העכער צוואנציג טויזנט אידן זענען דאַן געפאַלן טויט דורך די שרעקליכע מיתות משונות, וואָס נאָר אַ בייזער טייוול, אַ בלוטיגער אכזר, האָט געקענט צוטראַכטן. געשעהן איז דאָס אין פינפטן טאָג פון חודש תמוז, תקכ"ח, אָדער דעם 18טן יוני, פון יאָר 1768.
אין אומאַן זענען נאָך ביזן היינטיגן טאָג פאַרבליבן פרומע אידן, וועלכע פאַרפעלן ניט קיין איין יאָר צו פאַסטן אין דעם טאָג ווען די גרויסע שחיטה איז פאָרגעקומען.
נאָך דעם ווי די שחיטות זענען אָפּגעשטעלט געוואָרן, האָבן אידן אויסגעדריקט זייער גרויסן צער אין קינות, אין סליחות און אין קלאָג-לידער, וואָס זענען געשאַפן געוואָרן. און צווישן יענע קלאָג-לידער, וואָס זענען אין אוקראַינע איבערגעגאַנגען פון דור צו דור, איז אויך געווען איינע, וואָס מען האָט מיט אַ טרויעריגן ניגון געזונגען אויף יודיש:
אבינו שבשמים, ווי אַזוי קענסטו דאָס צוזעהן,
אוקראַינער אידן זאָל אַזוינע גרויסע צרות געשעהן?
גזירות קשות אַזעלכע וואו איז געהערט געוואָרן אין דער וועלט?
גאָנטע האָט אויך קליינע קינדער ממית געווען און צוגענומען דאָס געלט.
דאָס שלעכטע פון די האַדיאַמאַקעס זאָל קומען פאַר דיר, האַר פון דער וועלט,
און העלפן זאָלסטו אַלע, וואָס האָבן זיך פאַר אונז געשטעלט".
אין שוהלן און אין בתי מדרשים האָט מען יאָרן-לאַנג באַוויינט און באַקלאָגט די גרויסע שחיטה, וואָס גאָנטע האָט מיט זיינע האַידאַמאַקעס געמאַכט אין דער שטאָט אומאַן. די "אומאַנער שחיטה" איז אַריין אין דער יודישער געשיכטע ווי איינער פון די גרויסע אומגליקן, וואָס דאָס יודישע פאָלק האָט איבערגעלעבט אין אַכצנטן יאָרהונדערט.
זיין טויט
אָבער דאָס אומשולדיג יודישע בלוט, וואָס גאָנטע האָט פאַרגאָסן, האָט דאָך ניט געשוויגן; עס האָט פון די "פעלדער, וואָס זענען געווען רויט", דעם גרויסן און טיפן צער אַרויסגעשריגן, און די פאַרדינטע נקמה איז דאָך געקומען. גאָנטע האָט געהאַט אַזאַ סוף ווי ער האָט פאַרדינט.
נאָך דעם ווי דער אויפשטאַנד פון די האַידאַמאַקעס איז אונטערדריקט געוואָרן מיט דער הילף פון די רוסן, האָט מען גאָנטע’ן געכאַפּט און אים פאַרמשפּט צום טויט.
און אַ טויט האָט מען אים געגעבן ניט קיין גרינגן. מען האָט פון אים לאַנגזאַם די הויט געשינדן. מען האָט אים דאָס הוילע לייב געברענט מיט אָנגעגליטע שטיקער אייזן, און ווען ער איז געווען מער טויט ווי לעבעדיג, האָט מען אים אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!