רוי:אבא קולון
אבא קולון איז א לעגענדארער העלד, וואס ווערט דערמאנט אין מדרש (שיר השירים רבה א’ מ"ב), וואס לויט זיין עצה האָט מען געבויט רוים. אין מדרש דערציילט דארט ר’ לוי, אז אין טאג, ווען דער אידישער מלך ירבעם בן נבט האט געשטעלט די צוויי קעלבער ("עגלים") פאר עבודה זרה, זענען דעמאלס געבויט געווארן צוויי קליינע ביידלעך אויף דעם ארט, וואו עס האט זיך שפּעטער געפונען די שטאט רוים. אבער די ביידלעך האבן זיך נישט געקענט האלטן; ווי נאר מען האט זיי געבויט, זענען זיי באלד אומגעפאלן. דעמאלס איז דארט געווען אנ’אלטער מאן, אבא קולון, און ער האט געהייסן ברענגען וואסער פון טייך פּרת און קנעטן דערמיט דעם ליים און דערמיט בויען די הייזלעך, וועלן זיי קענען שטיין. אבא קולון איז געגאנגען אליין און האט געבראכט דאס וואסער און געבויט דערמיט רוים. דערפון, זאגט דער מדרש, שטאמט דאס שפּריכווארט, אז: "די מדינה, וואו עס איז נישטא אבא קולון, הייסט נישט קיין מדינה".
וועגן דער דאזיגער לעגענדע פון אבא קולון האט מען שוין א סך געשריבן. דאס איז אַן אפּקלאנג פון א גאר אלטער לעגענדע. טייל מיינען, אז דאס איז א גרייז און עס דארף שטיין "אבא קונון" מיט א "נון", און דאס זאל מען מיינען דעם בארימטן גריכישן מאטעמאטיקער און בּוי־מייסטער קאָנאָן פון גריכנלאנד (פערטן יארהונדערט פאר זייער צייטרעכנונג). עס זענען פארהאן נאך אנדערע השערות. עס איז זיכער, אז די כונה פון דער לעגענדע אין מדרש איז דורכצופירן דעם געדאנק, אז דאס, וואס ארץ־ישראל איז פארנומען געווארן דורך די רוימישע מאכט און די אידן האבן פארלוירן זייער לאנד איז געווען, ווייל זיי האבן געזינדיגט, און די זינד פון אידן ("דינען עבודה זרה") פארשטארקט די מאכט פון רוים, וואס דערדריקט די אידן.
ביבליאגראפיע: קרויס: "גריכישע און לאטיינישע ליין־ווערטער אין תלמוד", יודישע ענציקלאפּעדיעס.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!