אליעזר ראזמאן
ר' אליעזר (לייזער) ראזמאן איז געווען א משמש בקודש ביי רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב, ביי רבי מרדכי פון נאדווארנא, און ביי רבי יואל פון סאטמאר.
ביאגראפיע
ר' לייזער איז געבוירן צו ר' חיים לייב בן ר' זאב נפתלי ראזמאן. ער איז געווען פון די ערשטע אידן וועלכע האבן זיך באזעצט אינעם דארף ליפשא (אינעם געגענט פון חוסט). אין זיין יוגנט איז ער געווען א שטוב-מענטש ביי רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב. פאר די פטירה פון רבי אייזיק (תרל"ג) איז ר' לייזער געשטאנען און האט דער גאנצער צייט געקוקט אויף דער צורה פון זיין רבי'ן. פלוצלינג האט זיך רבי אייזיק אויפגעהויבן אין זיין בעט און האט געזאגט: "לייזער, וואס קוקסטו אויף מיר אזוי שטארק?" און תיכף האט ער זיך צוריק אראפגעלייגט אזוי ווי פריער. נאך א פאר מינוט האט זיך רבי אייזיק נאכאמאל אויפגעהויבן און האט געזאגט אין א ווייכע לשון: "לייזער, לייזער, קוק מיך גוט אן, ווייל ביז משיח צדקנו וועט קומען וועסטו שוין אזא רבי מער נישט זען"[1][2].
נאך רבי אייזיקל'ס פטירה, איז ר' לייזער געווארן א משב"ק ביי רבי מרדכי פון נאדווארנא (נפ' תרנ"ה), און אויף זיין עלטער איז ר' לייזער געווארן דער ערשטער משמש בקודש ביי רבי יואל טייטלבוים אין ארשעווע. ווען דער עצי חיים איז געוואר געווארן אז ר' לייזער איז געווארן משב"ק ביי זיין ברודער, האט ער געזאגט אז זיין ברודער האט געוואוסט וועם צו קלויבן פאר א גבאי. דער סאטמארער רבי פלעגט אסאך איבערזאגן בשם רבי מרדכי פון נאדווארנא און האט מדגיש געווען אז ער האט דאס געהערט פון ר' לייזער[1].
רבי לייזער האט נישט געהאט קיין קינדער. ער האט מגדל געווען אין זיין שטוב יתומים און יתומות און האט זיי חתונה געמאכט בכבוד גדול[1]. וויבאלד ער איז געווען קינדערלאז, האט רבי לייזער געבעטן דעם סאטמארער רבי'ן אז נאך זיין פטירה זאל ער לערנען משניות לעילוי נשמתו. ר' לייזער איז אוועק ארום יאר תרע"ג. אמאל האט דער סאטמארער רבי איינגעדרימלט און געזען אין חלום ווי ר' לייזער דערמאנט אים צו לערנען משניות. דער רבי האט זיך אויפגעכאפט און האט תיכף געבעטן מען זאל אים ברענגן א משניות[3].
פון זיינע געשוויסטער זענען באוואוסט זיין שוועסטער פריידא און זיין ברודער ר' יהושע (ביידע אומגעקומען על קידוש השם אין אוישוויץ, סיון תש"ד). פריידא איז געווען די מוטער פון ר' זאב נפתלי ראזמאן (מלמד אין סאטמאר אין וויליאמסבורג, נפטר געוואר אן קינדער, ל' ניסן תשמ"ו) און די באבע פון ר' שלמה רוזמאן (מחבר פון די ספרים "זכרון קדושים", "ראשי גולת אריאל", און "שפר הררי קדם"). ר' יהושע האט געהאט א זון מיט'ן נאמען ר' משה (תרע"ד-תשס"ד) וועלכער האט ביי זיין בר מצוה (תרפ"ז) גע'ירש'נט די תפילין פון זיין פעטער ר' לייזער. די תפילין האט ער מיטגעטראגן מיט זיך בעת די גאנצע מלחמה, און ער האט געהאלטן אז ער איז געבליבן לעבן אין זכות פון די תפילין[4].
ביבליאגראפיע
- שלמה יעקב געלבמאן, "המשב"ק ר' לייזער ז"ל", מושיען של ישראל ד, קרית יואל, תשנ"ד, עמ' קסז-קע, ד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
רעפערענצן
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 1.2 שלמה רוזמאן, אורח חיים של חד מחסידי קמאי, שפר הררי קדם: גולת קארפאטורוס מארמארוש בתפארתה ובחורבנה א, תשנ"א, עמ' תפא-תפב
- ↑ רבי יצחק אייזיק מנחם אייכנשטיין, נר לצדיק א בראשית, תשע"ד, עמ' ג
- ↑ שלמה יעקב געלבמאן, מושיען של ישראל ד, קרית יואל, תשנ"ד, עמ' קע
- ↑ שלמה רוזמאן, זכרון קדושים ליהודי קרפטורוס־מרמורש, ה'תשכ"ט, עמ' רצד-רצה