רבי דוד קמחי, בארימטער בעל דקדוק, איז געבוירן געווארן אין נאַרבאָן, פראנקרייך, אין דעם יאר 1160, און איז נפטר געווארן דארט אין 1235. ער איז דער מחבר פון "מכלול" ; דער ערשטער טייל איז א דקדוק, און דער צווייטער טייל איז א תנ"כ'ישער ווערטערבוך. דער צווייטער טייל איז שפּעטער באַקענט געווארן אלס "ספר השורשים". ער האט געשריבן א פּירוש אויף עטליכע תנ"ך ספרים. זיין פּאָלעמיק קעגן קריסטנטום וואס געפינט זיך אין זיין פּירוש אויף תהלים איז ערשינען אונטער'ן טיטול "תשובות לנוצרים". זיין קיכוח געגן קריסטענטום געפינט זיך אין "מלחמת חובה".

מען זאגט אויף אים "אם אין קמח אין תורה".