דרעפט:רבי שמואל אליעזר הלוי אידלש
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' שמואל אליעזר אידלש, דער מהרש"א, איז געבוירן געווארן אין פּאָזן, דייטשעש פּוילן אין יאר 1555. זיין פאטער ר' יהודה הלוי האט געשטאמט פון גרויסן יחוס. זיין מוטער האט געשטאמט פונעם מהר"ל פון פּראג. זיין שווער ר' משה איז דער מחבר פון "זכרון משה". ער פלעגט זיך חתם'ענען שמואל אידלש, אויף זיין שוויגער'ס נאמען אידל, אלס אנערקענונג פאר איר שטיצן זיין גרויסע ישיבה אין פּאזן צוואנציג יאר נאכאנאנד. מיט איר טויט איז אפּגעשטארבן אויך די ישיבה.
דער מהרש"א האט געהאלטן פון שכל'דיגן פּלפּול. ער האט געהאלטן אז מען דארף לערנען אויך אנדערע וויסנשאפטן: פּונקט ווי מעל איז אַן הקדמה צו ברויט, אזוי זענען אַסטראָנאָמיע, מאַטעמאַטיק[1], אַן הקדמה צו אונזער תורה. ער האט געקענט קבלה, פילאזאפיע. אלס פירער האט ער נישט גע'חנפ'עט גבירים. ער האט געקעמפט קעגן נישט ערליכע גבירים און האט נישט געלאזט זיי מכבד זיין מיט "פעטע" עליות, וכדומה. ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח. אויפן רשאַק[אויסקלארונג פארלאנגט] פון זיין טיר איז געווען אויסגעקריצט מיט גרויסע אותיות דער פּסוק: "בחוץ לא ילין גר, דלתי לאורח אפתח"[2], אויף דער גאס זאל נישט נעכטיגן א פרעמדער, מיינע טירן זענען אפן פאר אורחים.
זיין פּירוש אויף ש"ס איז וועלט בארימט, און איז געדרוקט אין יעדער ש"ס. ער האט געשריבן שאלות און תשובות. ער האט איינגעפירט אַן אייגנארטיגן דרך צו פארשטיין די אגדות אין תלמוד. ער ערקלערט שווערע ערטער אין תוספות. ער האט אויך א פּירוש אויף תורה. דער מהרש"א איז געווען רב און אב בית דין אין כעלם, אב בית דין און ראש הישיבה אין לובלין, אב בית דין אין טיקטין, רב און ראש הישיבה אין אוסטרא, וואָלינער גובערניע, וואו ער איז נפטר געווארן פינף טעג אין כסלו, אינעם יאר שצ"ב, 1631, אין דעם עלטער פון זעקס און זיבעציג יאר.
אגב'דיגס: א למדן האט זיך בארימט אמאל אין בית המדרש אז ער האט צוגעטראפן א מהרש"א, האט א צווייטער למדן אים געזאגט: דער מהרש"א איז גרויס דארט וואו דו טרעפסט אים נישט צו.