דרעפט:רבי אברהם גומבינער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' אברהם בן חיים הלוי גומבינער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט גומבין, רוסיש פּוילין אינעם יאר 1635, און ער איז נפטר געווארן אין דער שטאט קאליש אין עלטער פון אכט און פערציג יאר.

די קאזאקן האבן דערמארדעט זיין פאטער אין כמעלניצקי'ס צייטן, אין דעם יאר 1655.

ער איז געווען דיין און ראש הישיבה אין דער שטאט קאליש. ער האט זיך אויסגעצייכנט אין זיין צייט מיט זיין בקיאות אין ש"ס און אין פּוסקים.

ער איז דער מחבר פון:

  • "מגן אברהם", א פּירוש, חידושים און פּסקי הלכות אויפן שולחן ערוך "אורח חיים", וועלכן זיין זון האט פארעפענטליכט נאך זיין פאטער'ס פּטירה, אין דירנפורט, אין דעם יאר 1692.
  • "זית רענן" אויפן "ילקוט שמעוני"; "שמן ששון", דרושים אויף תורה ביז דער סדרה חיי שרה;
  • חידושים אויף אנדערע טיילן פונעם שולחן ערוך;
  • פיוטים, און נאך.