דרעפט:מתורגמן
א סעריע פון פיוטים צו זאגן ביים פארזאגן דעם "תרגום" פון די קריאת התורה.
היסטאריע
דער מנהג פון מתרגם זיין דאס ליינען איז געווען איינגעפירט יעדן וואך ביי קריאת התורה בימי חז"ל ביז סוף תקופת הגאונים[1]. דער מנהג איז געבליבן ביז היינט ביי די תימנים.
שפעטער איז דאס פארבליבן נאר אין שבועות און שביעי של פסח, זעט חזקוני, שמות כ, יג: "בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה, ומתרגמינן הדברות"; תוספות, מגילה כד, א: "והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס". זעט אויך כל בו, נ"ב: "ונהגו בשביעי של פסח ובראשון של עצרת, לתרגם הפרשה כלה כדי להבין לנשים ולעמי הארץ הנסים והנפלאות, ולשכך אזנם ויתנו לשם שבח והודאה על הדבר וכו'"; און ספר המחכים, סדר תפילות ימים טובים, שבועות: "יום ראשון קורין בסדר יתרו פרשה בחדש השלישי עד סוף הסדר ומתרגם מפני חיבוב התורה".
אין אשכנז האט מען מתרגם געווען מיט דעם תרגום ירושלמי, וואס לייגט צו מדרשים און ערקלערונגען. אויך האט מען צוגעלייגט לענגערע פיוטים אויף אראמיש, אזוי ווי די מנהג אין ארץ ישראל – אנדערש ווי אין בבל וואס מען האט געניצט תרגום אונקלוס. די עשרת הדברות זענען געזאגט געווארן מיטן טעם העליון וואס צעטיילט זיי אין צען באזונדערע פסוקים, ווי דער דין אז מען איז דוקא מתרגם יעדן פסוק באזונדער. צווישן די פסוקים זענען געזאגט געווארן לענגערע פיוטים, וואס זענען גערופן געווארן "דיברות", צוליב וואס זיי הייבן זיך אן "דיברא"[2].}}. דער "רשות" פלעגט געזאגט ווערן פאר'ן אנהייבן מתרגם צו זיין – ד"ה נאכן ערשטן פסוק. אויך שפעטער ווען דאס מתרגם זיין האט שוין נישט אנגעהאלטן, האט מען אבער ממשיך געווען צו זאגן דעם פיוט פון אקדמות ביי קריאת התורה[א]. עס איז אויך פארהאן א רשות למתרגם אויף שביעי של פסח פון רבי מאיר ש"ץ[4].
דער מנהג צו איבערזעצן די תורה קריאה אויף אַראַמיש (תרגום) האָט אויפגעהערט אין די צייטן פון די גאונים, אבער אין אשכנז האָט מען ווייטער איבערגעזעצט די תורה קריאה אויף אַראַמיש לפּחות ביזן 12טן-13טן יאָרהונדערט ביי צוויי ימים טובים: דעם זיבעטן טאָג פון פּסח און אויף חג השבועות. דאָס גייט ארויס פון די ווערטער פון חזקוני אויף שמות כ', יד'. פאַר די דאָזיקע מועדים זענען צונויפגעשטעלט געוואָרן פּיוטים צו ווערן אַריינגעשטעלט אין דער רעציטאַציע פונעם תרגום, וואָס ווערט אָנגערופן "סדר מתורגמן". אויף שבועות איז צונויפגעשטעלט געוואָרן אַ ברייטע סעריע פּיוטים, איינער פאַר יעדן פון די עשרת הדברות און נאָך מער. אויף פּסח איז אויך מחבר געוואָרן אַ ענליכע צאָל פּיוטים פאַר וויכטיקע מאָמענטן. זייט די מאַסן-אָננעמונג פונעם שלחן ערוך, איז דער מנהג צו זאָגן דעם תרגום אויף די ספּעציעלע טעג פאַרלוירן געגאַנגען אין אַשכנזישן מנהג, און ווי אַ רעזולטאַט זענען די מערהייט פון די סדר מתורגמן פּיוטים פאַרלאָזט געוואָרן. אַ קליינע צאָל פון די שבועות סדר מתורגמן פּיוטים זענען נאָך אין באַניץ (בפרט אַקדמות מילין און יציב פּתגם), אָבער אַרויסגענומען פון זייער אָריגינעלן קאָנטעקסט.
רעפערענצן
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'
- ↑ יונה פרנקל, מחזור שבועות לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים, תש"ס, עמ' י-יא, מבוא; יוסף יהלום, מיכאל סוקולוף, שירת בני מערבא, ירושלים: האקדמיה הלאומית הישראלית למדעים, תשנ"ט.
- ↑ מחזור מנהג אשכנז לשבועות ולסוכות (עמ' 65), אויף וועבזייטל פון מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
- ↑ יונה פרענקל, מחזור לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם - פסח, ירושלים, תשנג, עמ' 608 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref>
טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/>
טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref>
פעלט.