דרעפט:מסכת נדרים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ערשטער בלאט אין מסכת נדרים פון ווילנער ש"ס, מיט די פירושים רש"י און ר"ן.

מסכת נְדָרִים איז די דריטע מסכתא אין סדר נשים, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט די הלכות פון נדרי איסור, וויאזוי א מענטש קען אסר'ן אויף זיך סיי וואס אדער אסר'ן זיין אייגנטום אויף אנדערע, ווי אויך וויאזוי דער נדר קען ווערן אויס, דורך א מאן וואס צעשטערט א נדר פון זיין ווייב אדער דורך התרת נדרים. די מסכתא איז איינגעטיילט אין עלף פרקים, וואס אין זיי ניינציג משניות.

די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט ניינציג דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

תלמוד בבלי

דער שפראך פון תלמוד בבלי מסכת נדרים פארמאגט פארשידענע ענדערונגען פון די אנדערע מסכתות, ווי די ראשונים דרוקן זיך אויס "לשון נדרים משונה". אזוי מערקט תוספות אן אויף די ווערטער "תיבעי לך" אז דאס איז אנשטאט "תיקו", און דער רא"ש אויף "ידות אינשי" אז אין גאנץ ש"ס וואלט געשטאנען "ידות מאן דכר שמיהו"[1]. דער אינטערעסאנטער לשון איז פאראלעל צו נאך מסכתות אין ש"ס: נזיר, תמורה, מעילה, כריתות און א חלק פון מסכת תמיד, באקאנט מיט'ן נאמען 'המסכתות המיוחדות'.

פרקים

  1. כל כנויי נדרים
  2. ואלו מותרין
  3. ארבעה נדרים התירו חכמים
  4. אין בין המודר
  5. השותפין שנדרו
  6. הנודר מן המבושל
  7. הנודר מן הירק
  8. קונם יין שאני טועם
  9. רבי אליעזר אומר
  10. נערה המאורסה
  11. ואלו נדרים שהוא מפר

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. פירוש הרא"ש, נדרים ב, ב