דרעפט:מהרש"א
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' שמואל אליעזר, אָדער ר' שמואל איידילס, אויפן נאָמען פון זיין שוויגער, וועלכע האָט אַ גרויסן חלק אין זיין בּאַרוף, ווייל זי האָט אים געשטיצט אויף צו גרינדן ישיבות, אין וועלכע ער איז געווען דער "ריש מתיבתא". די ערשטע ישיבה איז פון אים געגרינדעט געוואָרן אין פויזנא. נאָכדעם איז ער געוואָרן רב אין מערערע שטעט: אין כעלם, אין טיקטין, אין לובּלין און צום לעצט אין אויסטרא, וואו ער האָט געגרינדעט די בּאַרימטע ישיבה. דאָרט האָט ער געענדיקט זיין בּאַרימטן חיבּור אויף ש"ס: "הדושי מהרש"א" און "חדושי אגדות", וועלכע איז געווען מער פּרואוושטיין פאַר יעדן תּלמודיסט אויף צו האָבּן די ווערט זיך אָנרופן "למדן", ווען ער איז נאָר אימשטאַנד צו דערקלערן יעדן: "ויש לישב" וק"ל און ודו'ק. דער מהרש"א איז פאַרן למדן געוואָרן דאָס זעלבּע וואָס רש"י פאַרן איינפאַכן לערנער.
זיינע חדושים, וועלכע צייכענען זיך אויס מיט זייער שאַרפקייט און טיפזיניקייט, זענען אויף אַזוי פיל בּאַליבּט געוואָרן, אַז זיי זענען געוואַרן אַ שם נרדף צו יעדן למדן, וועלכער צייכנט זיך אויס מיט אַ שאַרפן שכל, אים אָנצורופן: אַ "מהרש"א קעפּל". און דאָך, מיט זיין גאַנצער חריפות איז דער מהרש"א געווען אויסער זיין גאונות, אַ מאַן מיט אַ הויכער מאָראַל און מיט אַ וועלטלעכן בּליק אויף אַלעס פאָרקומענדיקע אין לעבּן. פּראָטעסטירט און אָפּגערופן זיך אויף יעדע פאַרבּרעכערישע אַק־ ציע וואָס דערלויבּן זיך — אַ דאַנק זייער אומוויסנהייט — דורכצופירן מערערע פונם המון. און דאָס איז צו מערקן אין זיינע ווערטער, וועל־ כע ווערן פון אים אויסגעדריקט: "מערערע אידן אין דעם דור אין וועל־ כן מיר לעבּן, דערלויבּן זיך צו דערווערבּן פאַרמעגן גאָר ניט אויף אַן אָרנט־ לעכן וועג און שאַפן נאָר דערמיט אַ גרויסן חלול השם. זיי — די דאָזיקע אומוויסנדע — גלויבּן, אַז די גזלה וואָס מען בּאַגייט קעגן אַ ניט אידן קאַן פון גאָט פאַרגעבּן ווערן. דערמיט וואָס זיי זענען מנדב אַ וועלכע ס'איז סומע פאַר אַ "דבר שבּצדקה" און בּאַקומען דערפאַר אַ גרויסן "מי שבּרך"... און זיי ווילן גאָרניט אין אכט נעמען, אַז דאָס איז א "מצוה הבּאה בּעבירה" (חדושי אגדות, כתובות ס"ז ס"א). אויף אַן אַנדער שטעלע גע־ פונען מיר זיין אויסגעשפּראָכענע מיינונג, ווער ס'איז ראוי צו זיין אַ פאָלקס־פירער: איך זע, צום בּאַדויערן, אַז איינפאַכע בּעלי בּתּים זענען די בּעלי דעות אויף אויסדערוויילן געזעלשאַפטלעכע פירער. עס דאַרף אַבּער אַזוי ניט זיין. דאָס רעכט אויף אַזעלכע צו אויסדערוויילן דאַרפן האָבּן נאַר געלערנטע מענטשן, אַזוי ווי ס'האָט זיך געפירט אין די פרי־ ערדיקע דורות (חדושי אגדות סוטה מ' ע"א).
דער מהרש"א איז געווען אַ פּשטן, מיט אַ גלייכער און ריכטיקער לאָגיק. ניט געדולדעט דעם פּלפּול, וועלכער איז אין זיין צייט אָנגע־ גאַנגען, אַט דער פּלפּול וואָס שלעפּט צונויף בּערג מיט קשיות און הענגט זיי אויף אויף אַ האָר מיט בּערג תּרוצים... אָדער פירט דורך אַ העלפאַנט דורך אַ לעכל פון אַ נאָדל. ס'איז גאנץ כאַראַקטעריסטיש זיינע אויסגע־ שפּראָכענע ווערטער וועגן די סכאלאסטיקער: "יעדער פון די פעפערדיקע למדנים, זאָגט ער, וואָס איז אימשטאַנד זיך מער אויסצוצייכענען מיט דעם נאַרישן פּלפּול, כדי אָפּצואווענדן די גלייכסטע סברה פונם צווייטן, דער איז פאַררעכנט פאַר אַ למדן בּיים המון... אין אמת'ן איז אַזאַ פּלפּול־ למוד אַ אָפּנייגונג פונס אמת און קען בּשום אופן ניט פירן צום תּכלית, וועלכן מיר דאַרפן פאַרשטייען... " (בּבא מציעה פ"ה ע"א אין די חדושי אגדות).
דער מהרש"א האָט געלעבּט אין דער גאָלדענער עפּאָכע פונם פּוילישן אידנטום, אין דער צייט ווען דער למוד התּורה האָט אויפגעבּליט און די שענסטע בּלומען אַרויסגעגעבּן, אין דער צייט פון די גאוני התּורה מהרש"ל (ר' שלמה לוריא), מהר"ם, רמ"א (ר' משה איסרלס), ב"ה (ר' יואל סירקיס), ט"ז (רבּי יעקב), סמ"ע (ר' יהושע פאלק) און אנדערע גאונים; אין דער צייט פון די לעצטע זונען־שטראלן אויפן אידישן הימל, פאַר די פינסטערע טעג פאַרן אידישן פאָלק, די מיט בּלוט־פאַרשריבּענע טעג פון די יאָרן ת"ח און ת"ט אין דער אידישער היסטאָריע, די יאָרן פון הריגות און שחיטות, און אויך פאַר דער מהומה'דיקער צייט פון דער שבּתי־צבי בּאַוועגונג.
אַ גרויסער מאַן ווערט דערקענט נאָך די לעגענדעס וואָס דאָס פאָלק שאַפט וועגן אים, און דאָס איז צו מערקן פון די לעגענדעס וועגן מהרש"א. ווי בּאַוואוסט איז צו זען אינם בּית המדרש פונם מהרש"א אין אויסטרא די האַרמאַטן־קוילן שטעקנדיקע אין דער סטעליע, און עס ווערט איבּער־ געגעבּן פון פאָטער צום זון, פון זיידן צום אייניקל, די לעגענדע, אַז דאָס זענען די קוילן וואָס די צוררי ישראל האָבּן געשאָסן אויפן בּית המדרש פונ'ם מהרש"א, און נאַר אינם זכות פונם מהרש"א יינען זיי אין דער סטעליע פאַרבּליבּן און קיין איינציקן מענטשן פונם בּית המדרש ניט געטראָפן.
ס'איז אויך בּאַקאַנט די לעגענדע: דער שטייגער פונם מהרש"א איז געווען, אז אין דער נאַכט פון "ניטל" (די געבּורטס־נאַכט פון יעזוס) ניט צו לערנען "למודי קודש", (דעם מנהג האָבּן אויך אָנגענומען אַלע לומדים, און האָבּן זיך אַפילו אויך דערלויבּט צו שפּילן אין קאָרטן אין דער נאַכט. מ. ר.). ער פלעגט אין דער נאַכט זיך אָפּגעבּן מיט געאָמעטרישע און אסטראָנאָמישע ספרים. האָט זיך דערפון דערוואוסט אַ משומד און אים פאַרמסרט פאַר דער רעגירונג, אַז דער מהרש"א טוט עס מיט אַ בּאַזונ־ דערע כּונה, כּדי אַרויסצואווייזן דערמיט אַ שנאה צום קריסטנטום בּכלל און צו יעזוסן בּפרט, און כּדי זיך איבּערצייגן אין דער ריכטיקייט פון זיינע ווערטער זאָל מען מאַכן אַן איבּערפאַל אינם בּית המדרש אין דער זעלבּער נאַכט.
דער מהרש"א ניט וויסנדיק פון דער מסירה האָט אויך אין דער "ניטל"דיקער נאַכט אויף דעם אופן זיך אויפגעפירט. נאָך מעריב איז ער צוגעגאַנגען צו דעם ספרים־אלמער אַרויסנעמען פון דאָרט די געוואונטשטע ספרים. פּלוצים, אָבּער, האָט זיך אַ גמרא אַרויסגעגליטשעט פון דער פּאָליצע און אַראָפּגעפאַלן אויף דער ערד. דער מהרש"א האָט זי אויפגעהויבּן און מיט אַ קוש זי צוריק אַריינגעשטעלט און זיך ווייטער פאַרנומען זוכן די ספרים. דער ארויספאַל פון די גמרות האָט זיך אָבּער איבּערגע'חזר'ט דריי מאָל. דער מהרש"א האָט גלייך פאַרשטאַנען — דערציילט די לע־ גענדע — אז דאָס האָט מען מן השמים אָנגעוויזן אז ער דאַרף אויך די נאַכט גמרא לערנען, און זיך געזעצט לערנען גמרא. ס'איז ניט פאָריבּער קיין האַלבּע שעה אַפילו, האָבּן זיך אַריינגעריסן פּאָליציי־בּאַאַמטע צוזאַמען מיטן משומד. ווי פאַרשעמט זענען זיי אָבּער געוואָרן, ווען זיי האָבּן גע־ טראָפן דעם מהרש"א לערנענדיק גמרא ווי אין אלע אַנדערע נעכט.
נאָך דערציילט אַ לעגענדע: אין איסטרא איז דער וועג צום בּעת עלמין געווען דורך די גויעשע גאַסן אין וועלכע עס האָבּן זיך אויך געפונען קלויס־ טערס און ווען מען האָט דורכגעפירט אַ בּר מינן, פלעגן די קריסטן — כּדי צו קרענקען די אידן — אָנהויבּן קלינגען מיט די גלעקער. ווען ס'איז געקומען די צייט וואָס דער מהרש"א האָט געדארפט נפטר ווערן, האָט ער פאַרזאָגט, אַז מען זאָל אַנידערלייגן אויף דער מטה, אויף וועלכער מען וועט אים טראָגן, אַ געוויס ספר'ל. און ס'איז געשען — דערציילט די לע־ גענדע — ווען מען האָט דעם מהרש"א דורכגעפירט דורך די גאַסן און אַ קלויסטער האָט אָנגעהויבּן צו קלינגען, האָט זיך דער מהרש"א אויפגע־ הויבּן, גענומען דאָס ספר'ל און אָנגעהויבּן לייענען שטילערהייד אייניקע ווערטער און זיך גלייך צוריק געלייגט. פּלוצים האָט זיך דער קלויסטער געגעבּן אַ טרייסל פון אַ ערד־ציטערניש און איז אומגעפאַלן.
וועגן זיין גאַסט־פריינטשאַפט ווערט דערציילט, אַז אויף אַ וואַנט פון זיין הויז זענען געווען אויסגעקריצט דער פּסוק פון איוב: "בּהוץ לא ילין גר, דלתי לארה אפתּח", אין גאַס האָט דער פרעמדער ניט גענעכ־ טיקט, מיינע טירן זענען פאַרן "ארח" געווען אָפן. די שטיינער מיט דעם אויפשריפט געפינען זיך בּיז היינטיקן טאָג אינם מהרש"א'ס בּית המדרש און די קהלה פון אויסטרא האָט איצט בּאַשטימט אויפצובּויען אַ גרויסע געבּיידע, אין וועלכער עם זאָלן זיך געפינען אַלע פילאַנטראָפּישע אינסטיטוציעס און בּיים אַריינגאַנג זאָלן די ווערטער אויסגעקריצט ווערן.