דרעפט:בונדיי ביעטש טעראר אטאקע
די בונדיי ביעטש אטאקע איז געווען א טאראר אטאקע, וואס איז פארגעקומען כ"ד כסלו תשפ"ו (דעצעמבער 14 2025) געצילט קעגן א ריזיגער גרופע אידן וואס האבן געפראוועט א גרויסער ערב חנוכה מסיבה אין בונדיי ביעטש, אויסטראליע. צוויי טעראריסטן, א טאטע און זון, זענען אנגעקומען צו דער מסיבה וואס איז פארגעקומען ביים ביעטש און געעפנט הייס פייער. זעכצן מענטשן זענען דערמארדעט געווארן און פילע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. די צוויי טעראריסטן זענען שפעטער פאטאל דערשאסן געווארן דורך די פאליציי.
עס איז געווען די טויטליכסטע טעראר אטאקע אין אויסטראליע'ס היסטאריע.
הינטערגרונט
בונדיי ביעטש איז א הערליכע וואסער ברעג און געגנט אין סידני, אויסטראליע. דער ביעטש איז אויגפארכאפנד און דעריבער גאר א פאפולערע דעסטינאציע ביי לאקאלע איינוואוינער און טוריסטן.
עס איז פארהאן דארט א אידישע געמיינדע. עס באשטייט בעיקר פון אפשטאמיגע פונעם געוועזענעם סאוויעטישן פאראיין.
זינט די שוידערליכע אקטאובער 7 שחיטות אין ארץ ישראל האבן די אידן אין אויסטראליע מיטגעלעבט פילע אנטיסעמיטישע אינצידענטן. אריינגערעכנט ווען א גרויסע שול אין מעלבורן איז בייזוויליג אונטערגעצונדן און פארניכטעט געווארן. די אויסטראליע רעגירונג האט שפעטער באשולדיגט די איראנער רעגירונג אז זיי האבן דאס דורכגעפירט.
די חנוכה מסיבה
יעדעס יאר חנוכה קומט פאר א גרויסן חנוכה צוזאמקום אנגעפירט דורך דער לאקאלער חב"ד קהילה. אין יאר תשפ"ו האט דער ארטיגער חב"ד שליח, ר' אלי שלאנגער, ארגאניזירט א גרויסן מעמד ביי בונדיי ביעטש, מיט'ן נאמען "חנוכה ביים ים". די מסיבה איז פאררופן געווארן זונטאג נאכמיטאג, ערב חנוכה. עס האבן זיך פארזאמלט מער ווי 1,000 ארטיגע אידן.
די אטאקע
די פרייליכע מסיבה איז מיטאמאל צעשטערט געווארן ווען צוויי טעראריסטן, טאטע און זון, סאדזשיד און נאוויד אקראם, זענען אנגעקומען. עס איז געווען א קליינע בריקל וואס פירט אריבער פון איין זייט פארק צו דער צווייטער. די טעראריסטן זענען ארויף דערויף און צוערשט האבן זיי געווארפן עטליכע "פייפ באמבעס" אריין צווישן דעם עולם. די באמבעס האבן אבער נישט אויפגעריסן. זיי האבן דאן אנגעהויבן שיסן ווילדערהייט.
זיי האבן געשאסן פאר עטליכע לאנגע מינוטן, ביז די פאליציי זענען אנגעקומען און זיי דערשאסן. דער טאטע טעראריסט, איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ. דער זון טעראריסט, נאוויד אקראם, איז שווער פארוואונדעט געווארן. ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קאומע. א צייט שפעטער האט ער זיך ערוועקט און ער איז אנגעקלאגט געווארן.
לויט ווי די פאליציי זאגן זענען די צוויי טעראריסטן באאיינפלוסט געווארן דורך דער אייסעס טעראר גרופע.
העלדן
עטליכע העלדישע מענטשן האבן פרובירט אומשעדליך צו מאכן די טעראריסטן.
- באריס און סופיה גורמאן - א אידישע רוסישע פארפאלק, האבן פרובירט אפצושטעלן די טעראריסטן תיכף ווען זיי זענען אנגעקומען, פאר'ן דורכפירן די אטאקע. באריס האט אפילו געכאפט איינעמס ביקס, אבער דער צווייטער טעראריסט האט זיי דערמארדעט.
- ראובן מאריסאן - א לאקאלער ליובאוויטשער איד וועלכער האט נישט געקענט צוקוקן די אטאקע מיט ליידיגע הענט איז צוגעלאפן און פרובירט אפצושטעלן די טעראריסטן דורך ווארפן ציגל, אבער ער איז אויך דערמארדעט געווארן.
- אכמאד אל-אכמאד - א לאקאלער מוסולמענער, א סירישער געבוירענער, איז איבערגעפאלן דעם טאטע טעראריסט און אים אומשעדליך געמאכט. אכמאד איז דערשאסן געווארן עטליכע מאל אין לויף פון זיין געראנגל.
אומגעקומענע
זעכצן מענטשן (אריינגערעכנט איין טעראריסט) זענען דערמארדעט געווארן און פילע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. די צוויי טעראריסטן זענען שפעטער פאטאל דערשאסן געווארן דורך די פאליציי.
- רבי אלי שלאנגער, 41 יאר, דער לאקאלער חב"ד רב און אנפירער פון דעם מעמד
- ראובן מאריסאן, א לאקאלער איד וועלכער האט פרובירט צו באקעמפן די טעראריסטן
- יעקב לעיווטאן, 39 יאר, א לאקאלער חב"דסקער וועלכער האט ארויסגעהאלפן מיט'ן מעמד
- אלעקס קלייטמאן, א מלחמה איבערלעבער