רוי:רבי יואל צבי ראטה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יואל צבי ראטה (ה'תק"פ - י"א כסלו ה'תרנ"ג) איז געווען דער חוסטער רב און איז באוואוסט נאך זיין ספר שו"ת בית היוצר.


ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו זיין פאטער רבי שמעון אינעם ישוב קאמאנדא.

ביי די עלף יאהר איז געפארן קיין אונגוואר צו לערנען ביים מהר"ם א"ש. נאך זיבן יאהר האט ער באקומען היתר הוראה און איז געווארן א איידעם ביי רבי יעקב גאטליב, דער דעמאלטסדיגער חוסטער רב.

ער איז נפטר געווארן אין תרנ"ג און ליגט באגראבן אין חוסט; זיין ווייב הענטשא ליגט אין הר הזיתים.

רבנות

זיין ערשטע פאסטן איז געווען אינעם שטעטל פילדעש, דערנאך איז ער געווארן רב אין ווערעד-אויפעלי און שפעטער אין ברעזנא.

אין תרמ"ד ווען רבי עמרם בלום דער בית שערים האט פארלאזט חוסט, האט רבי יואל צבי איבערגענומען זיין פלאץ.

דארט אין חוסט האט ער אויך אנגעפיהרט מיט א גרויסע ישיבה און געהאלטן פייערדיגע דרשות און ש"ש תורות.

ער איז געווען פון די אנערקענטע רבנים אין אונגארן בימיו, וואו מען האט איהם כסדר געשיקט אנפרעגן שאלות בהלכה. פון דעם קארעספאנדענץ האבן זיינע איניקלעך שפעטער ארויסגעגעבן דעם ספר בית היוצר.

אלס חסיד

ער פלעגט אסאך פאהרן צו חסידישע רבי'ס, ווי: צום ישמח משה, דער בעלזער רב און רבי הערשעלע ליסקער.

אבער איבערהויפט איז ער געווען דבוק צום צאנזער רב וועלכער האט איהם זייער מכבד געווען אלס דעם מהר"ם א"ש'ס א תלמיד. נאך זיין פטירה איז ער געפארן צו זיין זון דער שינאווער רב.

משפחה

הרב יואל צבי ראטה און זיין ווייב הענטשא (נפ' כ"א טבת תרס"ב) האבן געהאט די קינדער:

  • רבי משה שמעון, רב אין דיורע
  • מאיר, נפטר געווארן ביי די פופצן יאהר
  • רבי אברהם נתן יוסף

תלמידים

ספרים

דרויסנדע לינקס

פריערדיגער:
הרב עמרם בלום
חוסטער רב
תרל"ז - תרנ"ג
נאָכפאלגער:
הרב משה גרינוואלד

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!