רוי:קרית יואל וואכנשריפט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קרית יואל וואכנשריפט צייטונג וועכנטליך יעדע וואך בחינם
קרית יואל וואכנשריפט צייטונג וועכנטליך יעדע וואך בחינם

די קרית יואל וואכנשריפט איז א לאקאלע וועכנטליכע אויסגאבע, געדרוקט אין צייטונג-פארמאט, וועלכע ערשיינט יעדן פרייטאג אינעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. עס פארמאגט נייעס פון שטעטל און פון די קהילות אין שטאט, זייענדיג גענייגט צו די פארטייען פון חסידי מהרז"ל און בני יואל.

אויך פארמאגט עס לאקאלע גויאישע נייעס, ווי עס ווערט פארגעשטעלט אין דער דרויסנדיגער פרעסע. עס ווערט ארומגעשיקט אויף די פאסט, פריי פון אפצאל, פאר אלע ק"י'ער איינוואוינער.

זיי האבן א שייכות מיט דער איד און נעמען ארטיקלען און נייעס פון דארט, (גלייך ווי דער קרית יואל זשורנאל איז ווי אן אפטיילונג פון דער בלאט), אבער עס פארמאגט א באזונדערע קאסע און א באזונדערע רעדאקציע.

עס האט אנגעהויבן ערשיינען אנהויב ווינטער ה'תשע"ג.

דרויסנדע לינקס

אפיציעלע וועבזייטל פון קרית יואל וואכנשריפט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!