רוי:ענציקלאפעדיע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ענציקלאָפּעדיע איז אַ פילפאכיגער איינזאַמלונג פון אינפארמאציע אויף אלע הינזיכטען פון וויסנשאַפט מיט גאנצע ארטיקלען אויף אַלע טעמעס וואס איז נאר פארהאנען.

דער טערמין

שטאמט פון א גריכיש ווארט, "ענציקלא: אינפארמאציע - פּעדיע: ארומנעמענדיג" כאטשיג די מושג פון איינזאמעלונגן פון אינפארמאציע איז שוין אלט טויזנטער יארן איז אבער דער טערמין "ענציקלאפעדיע" ערשט אריין אין קראפט און 1541.

פיר עיקרדיקע עלעמענטן

עס זענען פאראן פיר עיקרדיקע עלעמענט וואס דעפינירן אן ענציקלעפעדיע: די טעמע פונעם אינהאלט, ברייטקייט, ארגאניזירן מעטאד און פראדוקציע מעטאד:

  1. אן ענציקלאפעדיע קען זיין אויף אן אלגעמיינעם אופן, מיט ארטיקלען אויף טעמעס אין אלע פעלדער (למשל, די ענגליש־שפראכיגע Encyclopædia Britannica און די דייטש־שפראכיגע Brockhaus זענען ברייט באקאנט). אן אלגעמיינע ענציקלאפעדיע אנטהאלט אפט א ווערטערבוך אדער וועגווייזן אינפארמאציע. עס זענען אויך פאראן ענציקלאפעדיעס וואס דעקן א ברייטע רייע פון טעמעס פון א געוויסן קולטורעלן, עטנישטן אדער נאציאנאלן פערספעקטיוו, ווי למשל, Encyclopaedia Judaica (די יידישע ענציקלאפעדיע), אנציקלופדיה תלמודית, און די Great Soviet Encyclopedia.
  2. אן ענציקלאפעדיע קען איבערגעבן די געזאמעלטע וויסן אין א ספעציפישן פעלד, ווי אן ענציקלאפעדיע פון מעדיצין, פילאזאפיע אדער געזעצן. ווי ברייט איז דער מאטריאל און ווי טיף די דיסקוסיע איז אפהענגיק אין דעם ציל ציבור.
  3. כדי אן ענציקלאפעדיע זאל זיין גוט ניצבאר דארף זיין א כסדרדיקער מעטאד פון ארגאניזאציע פונעם מאטריאל. היסטאריש זענען פאראן צוויי הויפט מעטאדן פון ארגאניזאציע פאר געדריקטע ענציקלאפעדיעס:אדער אלפאבעטיש, וואו מען אראנזשירט די אלע באזונדערע ארטיקלען אין אן אלפאבעטישן סדר, אדער היערארכיש. אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס זענען געווענליך אויסגעלייגט אויף אן אלפאבעטישען שטייגער. היינט אבער, מיט עלעקטראנישע מידיע, איז מעגלעך צו האבן עטליכע ארגאניזאציע פאר דעם זעלבן אינהאטל. ווי אויך מיט עלעקטראנישע מידיע איז מעגלעך צוצולייגן א זוך מעגליכקייט.
  4. מאדערנע פראיעקטן ווי וויקיפעדיע שאפן נייע פארעמען פון אויסשטעלן דעם אינהאלט. דאס איז מעגלעך סיי ווי א געשעפט, פאר רווחים, ווי די ענציקלאפעדיע בריטאניקא, און סיי אינגאנצן דורך וואלוטירן, ווי וויקיפעדיע, וואס ווערט געפירט דורף א פונדאציע.

אנטוויקלונג פון דער ענציקלאפעדיע

Naturalis Historiae, 1669 אויסגאבער, שער בלאט
די גרויסע דענישע ענציקלאפעדיע (Den Store Danske Encyklopædi)

ביכער וואס פרואוון ארומצונעמען דאס מענטשליכע וויסן עקזיסטירן שוין פון אוראלטע צייטן. די ערשטע שריט צו שאפן ביכער וואס נעמען ארום די הויפט געביטן פון וויסן האט מען געמאכט אין אוראלט רוים. איינע פון פריסטע ענציקאלפעדישע ווערק וואס איז איבערגעבליבן ביז מאדערנע צייטן אין דער חיבור געשיכטע פון נאטור (לאטייניש: Naturalis Historia) פון פליני דער עלטערער, און רוימישער פאליטיקער וואס האט געלעבט אין דעם ערשטן יארהונדערט פון דער ציווילער רעכענונג. ער האט פארפאסט א ווערק פון 37 קאפיטלעך וועגן נאטירליכער היסטאריע, ארכיטעקטור, מעדיצין, געאגראפיע, געאלאגיע און אנדערע אספעקטן פון זיין ארומיגער וועלט. ער שרייבט אין דעם פארווארט אז ער האט צוזאמענגעקליבן 20,000 פאקטן פון 2000 ווערק געשריבן דורך מער ווי 200 שרייבער, און דערצו האט ער צוגעלייגט נאך א סך ארטיקלען פון זיין אייגענער דערפארונג. מען האט פארעפנטליכט זיין ווערק אין די יארן 77–79, און עס איז גאנץ מעגלעך אז ער האט נישט געהאט געענדיגט רעדאקטירן זיין ווערק בשעת זיין טויט ביים אויפרייס פון וועזואוו אין יאר 79.[1] זיין ווערק איז געווען ברייט אנגענומען אין דעם מיטל אלטער און אין דעם 16טן יארהונדערט האט מען אנגעהויבן רופן אזא ווערק אן "ענציקלאפעדיע".

די ערשטע ענציקלאפעדיעס זענען נישט געווען אזוי באקוועם צו ניצן אזוי ווי די היינטיגע. יעדער ביישטייער האט אריינגעלייגט ארטיקלען אזוי ווי עס האט אים געפאלן. צום ביישפיל, דער חיבור פון פליני דער עלטער ווערט איינגעארדנט לויט אלגעמיינע טעמעס וואס קומען אין א געוויסן לאגישן סדר, נישט אלפאבעטיש אזוי ווי מ'איז געוואוינט היינט.

די גרעסטע ענציקלאפעדיע וואס מ'האט אמאל פארפאסט איז די ענציקלאפעדיע וואס מ'האט רעדאגירט לויטן באפעל פונעם כינעזישן קייסער אינעם 17טן יארהונדערט, און וואס אנטהאלט 5,020 בענדער.

ענציקלאפעדיעס אויפן סטיל וואס איז היינט באקאנט האט מען אנגעהויבן פארעפנטלעכען אינעם 18טן יארהונדערט:

  • אין יאר 1704 האט דזשאן האריס ארויסגעגעבן דעם "לעקסיקאן טעכניקום", וואס איז געווען די ערשטע ענציקלאפעדיע ארגאניזירט לויטן אלפאבעט.
  • אין יאר 1728 האט אפרים טשיימבערס אין ענגלאנד ארויסגעגעבן די "ציקלאפעדיע - אוניווערסאלישער ווערטערבוך פון קונסטן און וויסנשאפטן", וואס האט געדינט אלס גרונט פאר דער גרויסער ענציקלאפעדיע.
  • אין יאר 1750 איז ארויסגעקומען אין ווענעציע, איטאליע, דער ערשטער באנד פון 14 בענדער פון דער הלכה־ענציקלאפעדיע "פחד יצחק", פון רבי יצחק לאמפראנטי. די ענציקלאפעדיע האט אנטהאלטן הלכה־ ארטיקלען לויטן סדר פונעם אלף־בית. דער לעצטער באנד איז דערשינען אין בערלין דורך דעם מקיצי נרדמים פארלאג אין יאר 1888.
  • אין די יארן 17681771 האט ערשיינט אין סקאטלאנד די ערשטע אויסגאבע פון "ענציקלאפעדיע בריטאַניקאַ".
  • אין יאר 1772 איז געענדיגט געווארן דער גאנג פון פארעפנטליכן די 28 בענדער (17 בענדער פון טעקסט און 11 בענדער פון אילטסטראציעס) פון דער פראנצויזישער גרויסער ענציקלאפעדיע (Encyclopédie ou dictionnaire raisonné des sciences, des arts et des métiers) - "ענציקלאפדיע, אדער אויפקלערונג־ווערטערבוך פון די וויסנשאפטן, קונסטן און ווערק". די דאזיקע ענציקלאפעדיע איז געווען א סארט ענציקלאפעדישע ווערטערבוך רב היקף וואס האט איינגעשלאסן דעפיניצעס פון ווערטער און פיל ענציקלאפעדישע ארטיקלען. די ענציקלאפעדיע איז רעדאגירט געווארן דורך זשאן לע ראן דשאלעמבער און דאני דידערא. מען האט אנגעהויבן שרייבן די ענציקלאפעדיע אין יאר 1751, מיט 140 שרייבער, און זי האט אנטהאלט 72 טויזנט ארטיקלען. וואלטער און זשאן-זשאק רוסא האבן זיך אויך באטייליגט אין איר.
  • אין יאר 1809 איז ארויסגעגאנגען די ענציקלאפעדיע בריטאניקא אין זעקס בענדער.
  • אן עקסטרעמער ביישפיל פון אן ענציקלאפעדיע מיט א ברייטן פארנעם איזי די מאנומענטאלישע ענציקלאפעדיע וואס מען האט ארויסגעגעבן אין דייטשלאנד Allgemeine Encyclopädie der Wissenschaften und Künste, in alphabetischer Folge (אלגעמיינע ענציקלאפעדיע פון וויסנשאפטן און קונסטן, לויטן סדר פונעם אלפאבעט) וואס האט אנטהאלט ארטיקלען מיט ביז 1,000 בלעטער. די ענציקלאפעדיע האט אנגעהויבן ווערן פארעפנטליכט אין 1818 אין דער 168סטער און לעצטער באנד איז ארויסגעגאנגען אין יאר 1914.
  • די עלפטע אויסגאבע פון דער ענציקלאפעדיע בריטאניקא וואס האט זיך דערשינען אין 1911 ווייזט דאס גאנצע וויסן אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט. זי ווערט פאררעכענט די בעסטע אויסגאבע פון דער בריטאניקע, און טייל האלטן אפילו די בעסטע ענציקלאפעדיע וואס האט זיך נארווען דערשינען. פיל ארטיקלען אין איר זענען צעל מאל לענגער ווי די פאראלעלע ארטיקלען אין אנדערע ענציקלאפעדיעס. דאס איז געווען די ערשטע אויסגאבע מיט ארטיקלען געשריבן אויך דורך פרויען. די דאזיגע אויסגאבע איז מער נישט געשיצט דורך קאפירעכט, און עקזיסטירט אין אן עלעקטראנישן פארמאט.
  • נאך אנזיכטיקע ענציקלאפעדיעס זענען די שפאנישע "Enciclopedia Universal Illustrada" און "ענסיקלאפעדיא אוניווירסטל מיקראנעט", און די דייטשע "Meyers Konversations-Lexikon" און "Brockhaus und Efron".

די היינטיגע ווערסיע פון איינזאַמלען לויטן אַלפאַבעטישן סדר פון די הויפּט־ווערטער די ארטיקלען וועלכע ווידמען אלע-ערליי צענטראַלע באַגריפן, ערשיינונגען און ווי אויך מענטשן, ערטער, געשעענישן אאז"וו, האָבן אין דעם 18טן יאָרהונדערט אויסגעטראַכט די פראַנצויזישע פילאָזאָפן, שרייבער און וויסנשאַפטלער וועלכע מען רופט טאַקע "די ענציקלאָפּעדיסטן" מיט דידראָ אין הויפּט. די דאָזיגע סיסטעם פון צונויפזאַמלען די סאַמע בעסטע וויסנשאפטן, קענטעניסן און באגרייפונגען פון יעדער גענעראציע איז געוואָרן גאָר שטאַרק פאַרשפּרייט איבער דער ציוויליזירטער וועלט, זינט דער סאַמע ערשטער פראַנצויזישער ענציקלאָפּעדיע האָט דער "ענציקלאָפּעדישער" זשאַנער זעלבסט דורכגעמאַכט פאַרשידענע גילגולים אין די ווייטערדיגע פּעריאדן ווי אויך ביי פאַרשידענע פעלקער און קולטור־קרייזן.

וועבלינקן

רעפערענצן

  1. Naturalis Historia

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!