רוי:נוף הגליל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נוף הגליל
Coat of Arms of Nof HaGalil.png
NazarethIllitCityHall.jpg
ראַטהויז
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאַטע 1957
דיסטריקט צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער רונן פלוט
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 32,521 קוואדראט ק"מ
הייך 327 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

40,312‏  (שטייענדיג 2014)
1,240 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

נוף הגליל (פריער געהייסן נצרת עילית) איז א שטאט אין אונטער גליל, און דינט אלס הויפטשטאט פון צפון דיסטריקט. אנערקענט געווארן אלס שטאט אין יאר 1974.

די שטאט געפונט זיך אויפן מזרח זייט, און הויכע טייל פון נצרת בערג, און די שטאט קוקט איבער דער שטאט נצרת, וואס געפונט אין דער טאל. די שטאט געפונט זיך אויף א הויכקייט, פון ארום 330 מעטער העכערן ים פלאך.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, שטייט די באפעלקערונג, ביי אומגעפער 42,400 איינוואוינער, ריכטיק פאר סעפטעמבער 2009.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1956, וואס האט אריינגערעכנט א פלאן, צו פאריידישן דעם גליל, עס איז געבויט געווארן אויף באדענס, אנקעסירט פון די אראבישע שטעט אין די געגנט, וואס האט געברענגט צו רייבערייען מיט די שכנים. די שטאט איז באצייכענט געווארן אלס אנטוויקלונג שטאט, א באצייכענונג באנוצט אויף שטעט, וואס זענען געבויט געווארן ווייט פון די גרויסע שטעט, און די איינוואוינער זענען ביז היינט באצייכענט אלס ארעמערע ווי געווענליכע אין די גרעסערע שטעט.

די שטאט איז אנערקענט געווארן אין 1974, און אין די 1990ער יארן ווען קיין ישראל, איז געקומען א גרויסע עליה, פון די ראטן פארבאנד לענדער, האט די באפעלקערונג אין שטאט זיך געדאפלט.

די שטאט איז אויפגעשטעלט געווארן מיטן געדאנק פון דינען אלס געגנטליכע הויפטשטאט פארן גליל, דעריבער געפונען זיך אין נצרת עלית, אסאך רעגירונג געביידעס און אגענטורן. ווי אויך געריכטן פארן צפון דיסטריקט, וועלכע געפונען זיך אין קרית הממשלה, אויפן נאמען פון יצחק רבין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!