רוי:טעד קרוז

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעד קרוז
לאָגאָ פון קרוז פאַר פּרעזידענט קאמפּיין 2016

רפאל עדוואַרד "טעד" קרוז (געבוירן דעם 22סטן דעצעמבער, 1970) איז אַן אמעריקאנער פּאָליטיקער און אַדוואָקאַט, וואס דינט אלץ פאראייניגטע שטאטן סענאַטאָר פון טעקסעס זינט 2013.

ביאגראפיע

קרוז איז געבוירן געווארן דעם 22סטן דעצעמבער, 1970 און דעם פוטהילס שפיטאל אין קאַלגאַרי, אַלבערטאַ, קאַנאַדע, צו זיינע עלטערן עלעאַנאָר עליזאַבעט ווילסאָן און רפאל ביענווענידאָ קרוז דיאַז. קרוז'ס מוטער איז געבוירן געווארן אין ווילמינגטאן, דעלעווער. איר אפשטאם איז דריי-פערטעל איריש און איין-פערטל איטאַליעניש.

קרוז האט גראדואירט פון פרינסטאן אוניווערסיטעט, ניו דזשערסי, אין 1992, און פון האַרוואַרד געזעץ שולע, מאסאטשוסעטס, אין 1995.

פאליטישע אקטיוויטעטן

קרוז איז א געוועזענער פרעזידענטליכער קאנדידאט אין די פריימעריס פון דער רעפובליקאנער פארטיי אין די וואלן פון 2016. ער האט פארלוירן די פריימעריס צו דאנאלד טראמפ וואס האט דערנאך באזיגט דעם דעמאקראטישן קאנדידאט, הילערי קלינטאן.


טראמפ האט דורכאויס די פריימעריס ארויפגעברענגט אז קרוז איז געבוירן אין קאנאדע זאגנדיג אז עס דא די וואס צווייפלען צי דאס הייסט א בירגער וואס איז בארעכטיגט צו דינען אלץ פרעזידענט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!