רוי:טאגאלאג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

טאַגאַלאג איז אן אויסטראנעזישע שפראך און איינע פון די הויפט שפראכן וואס מ'רעדט אין די פיליפינען. מער ווי 22 מיליאן מענטשן רעדן טאגאלאג אלס מוטערשפראך. לכתחילה איז דאס געווען די שפראך פון דעם טאגאלאג פאלק וואס וואוינען אין צענטראלן און דרום לוזאן אינזל, אבער היינט רעדט מען די שפראך אומעטום אין די פיליפינען.

טאגאלאג איז ענליך צו אינדאנעזיש און מאלייאיש. די שפראך האט אויך קאמפאנענטן פון שפאניש און ענגליש. די שפראך ווערט געשריבן מיטן גלחישן שריפט.


דרויסנדע לינקס

Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף טאגאלאג


Noun project 2472.svg דער ארטיקל בנוגע שפראכן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!