רוי:הארון אל-ראשיד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

האַרון אַל-ראַשיד (אַראַביש: هارون الرشيد האַרון אַר-ראַשיד טייטש: אהרן דער רעכטפארטיקער;‏) 17טן מערץ 763 - 24סטן מערץ 809) איז געווען דער פינפטער אראבער אבאסידער כאליף. ער האט געהערשט פון 786 ביז 809, און אין זיין צייט האבן וויסנשאפט, קולטור און רעליגיע געבליעט, ווי אויך קונסט און מוזיק. ער האט געגרינדעט די לעגענדארישע "בית החכמה" ביבליאטעק.

הארון איז געווען א זון פונעם דריטן כאליף, אל-מאהדי.

די אדמיניסטראציע אין זיין צייט איז געפירט געווארן דורך דער בארמאכיד פאמיליע. הארונס מוטער, אל־כייזוראן, האט געהאט א גרויסע השפעה אויף אים.


לעבנס געשיכטע

יוגנט

האַרון איז געבאָרן געוואָרן אין ריי – צו יענער צייט אַ טייל פון דזשיבאַל אין דעם אַבאַסישער כאַליפאַט, היינט צוטאָגס אין דעם טעהעראַן קרייז פון איראַן. ער איז געווען אַ זון פון דער דריטער אַבאַסישער כאַליף אַל־מאַהדי (געהערשט 775 - 786), און אַל־כייזוראַן, אַ געוועזענע שקלאַפערין פון תימן. זיין מוטער איז געווען אַ פרוי מיט אַ שטאַרקן כאַראַקטער, וואָס האָט שטאַרק געווירקט אויף דער מלוכה איר מאַן און אירע זין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!