רוי:אלימפיאדע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער אלימפישער פאן

די מאדערנע אלימפיאַדעס (ענגליש: Olympic Games; פראַנצויזיש: Jeux olympiques[1][2]) זענען די פירנדע אינטערנאציאנאלע ספארט פאסירונגען סיי זומער סיי ווינטער ספארט פארמעסטן מיט טויזנטער מיטטיילער אטלעטן פון ארום דער וועלט באטייליגן אין פארשידענע פארמעסטן. מער ווי 200 פעלקער באטיילן אין די אלימפיאדעס.[3]

די אלימפיאַדע קומט פאר יעדע פערטע יאר אין אן אנדער שטאט. צוויי יאר נאך א זומער אלימפיאדע קומט פאר א ווינטער אלימפיאדע. די ארגינעלע אלימפיאדעס זענען געהאלטן געווארן אין אוראלט גריכנלאנד. די מאדערנע אלימפיאדע האט מען געהאלטן צום ערשטן מאל אין אטען אין 1896.

די ערשטע דריי אטלעטן אין יעדן ספארט באקומען מעדאלן פון גאלד, זילבער און בראנז.

מאדערנע אלימפיאדעס

פאראויסגייער

דעם טערמין "אלימפיאדע" האט מען געניצט צו באשרייבן פארשיידענע אטלעטישע געשעענישן זייט דעם 17טן יארהונדערט. דער ערשטער אזוינע איז געווען די "קאטסוואלד אלימפיאדע" וואו מען איז צוזאמענגעקומען יעדע יאר פאר עטליכע ספארטן. דער אדוואקאט ראבערט דאווער האט ארגאניזירט די אלימפיאדע צווישן 1612 און 1642.

צווישן 1862 און 1867, האט די שטאט ליווערפול געהאלטן א יערליכע "גרויס-אלימפיאדע פעסטיוואל". די דאזיקע אלימפיאדע איז געווען די ערשטע וואס זענען געווען אינגאנצן פאר אמאטארן און מיט אן אינטערנאציאנאלן ארויסקוק.[4][5] דער פראגראם פון דער ערשטער מאדערנער אלימפיאדע אין אטען אין 1896 איז געווען כמעט דער זעלבער ווי ביי דער ליווערפול אלימפיאדע.[6] אין 1865 האבן האלי, ברוקס און ע. ג. רעוונשטיין געגרינדעט די נאציאנאלע אלימפישע אסאציאציע אין ליווערפול, א פאראויסגייער פון דער בריטישער אלימפישער אסאציאציע. אירע גרינדונג ארטיקלען האבן געשאפן דעם ראם פארן אינטערנאציאנאלן אלימפישן טשארטער.[7] אין 1866, האט מען ארגאניזירט אין גרויסבריטאניע א נאציאנאלע אלימפיאדע אין דעם לאנדאנער קריסטאל פאלאץ.[8]

אין די יארן 1870 און 1875 האט מען געהאלטן אלימפיאדעס אין דעם פאנאטינייקא סטאדיאן אין אטען, גריכנלאנד.[9] דרייסיג טויזנט צוקוקער זענען געווען אנוועזנד ביי דער 1870 אלימפיאדע; פון דער 1875 אלימפיאדע איז נישט געבליבן קיין אפיציעלן בייזיין באריכט.[10] אין 1890, נאך זיין בייזיין ביי די אלימפישע שפילן פון דער ווענלאק אלימפישער געזעלשאפט, האט באראן פיער דע קובערטען געשאפן דעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט.[11] קובערטען האט אנטוויקלט די ווערק פון ברוקס און זאפאס מיט דער כוונה צו שאפן אן אלימפיאדע וואס וועט פארקומען יעדע פיר יאר אין אן אנדער לאנד.[11] ער האט דאס פארגעשלאגן ביי דער ערשטער זיצונג פון דעם נייעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט (IOC). מען האט געהאלטן די זיצונג פון 16טן יוני ביזן 23סטן יוני, 1894, ביים סארבאן אוניווערסיטעט אין פאריז. דעם לעצטן טאג פון דער זיצונג האט מען באשלאסן אז די ערשטע אלימפיאדע אונטער דעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט וועט מען האלטן צוויי יאר נאכהער אין אטען.[12] דער IOC קמאיטעט האט דערוויילט דעם גריכישן שריפטשטעלער דעמעטריוס וויקעלאס צו זיין דער ערשטער פרעזידענט.[13]

1896 אלימפיאדע

עפענען צערעמאניע אין דעם פאַנאַטינייקאַ סטאַדיאן

די ערשטע אלימפיאדע וואס איז געהאלטן געווארן אונטער דעם IOC איז פארגעקומען אין דעם פאנאטינייקא סטאדיאן אין אטען אין 1896. אין יענער אלימפיאדע האבן מיטגעטיילט 241 אטלעטן פון 14 לענדער וואס האבן קאנקורירט אין 43 פארמעסטן.[14] עוואַנגעלאס זאַפאַס מיט זיין שוועסטער־קינד קאנסטאַנטינאס זאַפאַס האבן געהאט איבערגעלאזט צו דער גריכישער רעגירונג א קרן פאר צוקונפדיקע אלימפיאדעס. פון דעם קרן האט מען פינאנצירט די 1896 אלימפיאדע.[15][16][17] געארג אַוועראוו האט שיין בייגעשטייערט ברייטהארציג צו באנייען דעם סטאדיאן לכבוד דער אלימפיאדע.[18] אויך האט די גריכישע רעגירונג אריינגעלייגט געלט וואס זיי האבן געקלערט צוריקבאקומען דורך פארקויפן בילעטן און ספעציעלע אנדענק בריוומארקן.[18]

רשימה פון זומער אלימפיאדעס

זייט מען האט באנייט די אלימפיאדעס אין 1896 זענען פארגעקומען 30 אלימפיאדעס. די זעקסטע אלימפיאדע אין 1916, די צוועלפטע אין 1940 און די דרייצנטע אין 1944 האט מען נישט געהאלטן צוליב דער ערשטער וועלט מלחמה או דער צווייטער וועלט מלחמה.

יאר אלימפיאדע לאקאציע
1896 ערשטע אלימפיאדע Flag of Greece (1822-1978).svg גריכנלאנד אטען
1900 צווייטע אלימפיאדע צרפת[[טעקע:מוסטער:פאן/צרפת|קישור=צרפת|גבול|22x16pxpx|צרפת]] פאריז
1904 דריטע אלימפיאדע ארצות הברית[[טעקע:מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|22x16pxpx|ארצות הברית]] סאנט לואיס, מיזורי
1906 אומאפיציעלע אלימפיאדע Flag of Greece (1822-1978).svg גריכנלאנד אטען
1908 פערטע אלימפיאדע הממלכה המאוחדת[[טעקע:מוסטער:פאן/הממלכה המאוחדת|קישור=הממלכה המאוחדת|גבול|22x16pxpx|הממלכה המאוחדת]] לאנדאן
1912 פינפטע אלימפיאדע שבדיה[[טעקע:מוסטער:פאן/שבדיה|קישור=שבדיה|גבול|22x16pxpx|שבדיה]] שטאקהאלם
1916 זעקסטע אלימפיאדע האימפריה הגרמנית[[טעקע:מוסטער:פאן/האימפריה הגרמנית|קישור=האימפריה הגרמנית|גבול|22x16pxpx|האימפריה הגרמנית]] דייטשע אימפעריע בערלין
1920 זיבעטע אלימפיאדע בלגיה[[טעקע:מוסטער:פאן/בלגיה|קישור=בלגיה|גבול|22x16pxpx|בלגיה]] אנטווערפן
1924 אכטע אלימפיאדע צרפת[[טעקע:מוסטער:פאן/צרפת|קישור=צרפת|גבול|22x16pxpx|צרפת]] פאריז,
1928 ניינטע אלימפיאדע הולנד[[טעקע:מוסטער:פאן/הולנד|קישור=הולנד|גבול|22x16pxpx|הולנד]] אמסטערדאם
1932 צענטע אלימפיאדע ארצות הברית[[טעקע:מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|22x16pxpx|ארצות הברית]] לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע
1936 עלפטע אלימפיאדע גרמניה הנאצית[[טעקע:מוסטער:פאן/גרמניה הנאצית|קישור=גרמניה הנאצית|גבול|22x16pxpx|גרמניה הנאצית]] בערלין
1940 צוועלפטע אלימפיאדע פינלנד[[טעקע:מוסטער:פאן/פינלנד|קישור=פינלנד|גבול|22x16pxpx|פינלנד]] העלסינקי
1944 דרייצנטע אלימפיאדע הממלכה המאוחדת[[טעקע:מוסטער:פאן/הממלכה המאוחדת|קישור=הממלכה המאוחדת|גבול|22x16pxpx|הממלכה המאוחדת]] לאנדאן
1948 פערצנטע אלימפיאדע הממלכה המאוחדת[[טעקע:מוסטער:פאן/הממלכה המאוחדת|קישור=הממלכה המאוחדת|גבול|22x16pxpx|הממלכה המאוחדת]] לאנדאן
1952 אלימפיאדע החמש עשרה פינלנד[[טעקע:מוסטער:פאן/פינלנד|קישור=פינלנד|גבול|22x16pxpx|פינלנד]] העלסינקי
1956 זעכצנטע אלימפיאדע אוסטרליה[[טעקע:מוסטער:פאן/אוסטרליה|קישור=אוסטרליה|גבול|22x16pxpx|אוסטרליה]] מעלבארן, וויקטאריע
שטאקהאלם, שוועדן
1960 זיבעצנטע אלימפיאדע איטליה[[טעקע:מוסטער:פאן/איטליה|קישור=איטליה|גבול|22x16pxpx|איטליה]] רוים
1964 אכצנטע אלימפיאדע יפן[[טעקע:מוסטער:פאן/יפן|קישור=יפן|גבול|22x16pxpx|יפן]] טאקיא
1968 ניינצנטע אלימפיאדע מקסיקו[[טעקע:מוסטער:פאן/מקסיקו|קישור=מקסיקו|גבול|22x16pxpx|מקסיקו]] מעקסיקא סיטי
1972 צוואנציגסטע אלימפיאדע מערב גרמניה[[טעקע:מוסטער:פאן/מערב גרמניה|קישור=מערב גרמניה|גבול|22x16pxpx|מערב גרמניה]] מינכן, בייערן
1976 איין און צוואנציגסטע אלימפיאדע קנדה[[טעקע:מוסטער:פאן/קנדה|קישור=קנדה|גבול|22x16pxpx|קנדה]] מאנטרעאל, קוויבעק
1980 צוויי און צוואנציגסטע אלימפיאדע ברית המועצות[[טעקע:מוסטער:פאן/ברית המועצות|קישור=ברית המועצות|גבול|22x16pxpx|ברית המועצות]] מאסקווע
1984 דריי און צוואנציגסטע אלימפיאדע ארצות הברית[[טעקע:מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|22x16pxpx|ארצות הברית]] לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע
1988 פיר און צוואנציגסטע אלימפיאדע קוריאה הדרומית[[טעקע:מוסטער:פאן/קוריאה הדרומית|קישור=קוריאה הדרומית|גבול|22x16pxpx|קוריאה הדרומית]] סעאל
1992 פינף און צוואנציגסטע אלימפיאדע ספרד[[טעקע:מוסטער:פאן/ספרד|קישור=ספרד|גבול|22x16pxpx|ספרד]] בארצעלאנע, קאטאלאניע
1996 זעקס און צוואנציגסטע אלימפיאדע ארצות הברית[[טעקע:מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|22x16pxpx|ארצות הברית]] אטלאנטא, דזשארדזיע
2000 זיבן און צוואנציגסטע אלימפיאדע אוסטרליה[[טעקע:מוסטער:פאן/אוסטרליה|קישור=אוסטרליה|גבול|22x16pxpx|אוסטרליה]] סידני, ניו סאט וויילס
2004 אכט און צוואנציגסטע אלימפיאדע יוון[[טעקע:מוסטער:פאן/יוון|קישור=יוון|גבול|22x16pxpx|יוון]] אטען
2008 ניין און צוואנציגסטע אלימפיאדע סין[[טעקע:מוסטער:פאן/סין|קישור=סין|גבול|22x16pxpx|סין]] בייזשינג
2012 דרייסיגסטע אלימפיאדע הממלכה המאוחדת[[טעקע:מוסטער:פאן/הממלכה המאוחדת|קישור=הממלכה המאוחדת|גבול|22x16pxpx|הממלכה המאוחדת]] לאנדאן
2016 איין און דרייסיגסטע אלימפיאדע ברזיל[[טעקע:מוסטער:פאן/ברזיל|קישור=ברזיל|גבול|22x16pxpx|ברזיל]] ריא דע זשאנערא
2021 צוויי און דרייסיגסטע אלימפיאדע יפן[[טעקע:מוסטער:פאן/יפן|קישור=יפן|גבול|22x16pxpx|יפן]] טאקיא

רעפערענצן

  1. ענגליש און פראנצויזיש זענען די צווי אפיציעלע שפראכן פון דער אלימפיאדע באוועגונג.
  2. "Jeux Olympiques – Sports, Athlètes, Médailles, Rio 2016". International Olympic Committee. 2018-10-22.
  3. "Overview of Olympic Games". Encyclopædia Britannica. Retrieved ‏4טן יוני 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  4. Matthews 2005, pp. 53–54.
  5. Weiler 2004.
  6. Girginov & Parry 2005, p. 38
  7. Young 1996, p. 24.
  8. "Much Wenlock & the Olympian Connection". Wenlock Olympian Society. Archived from the original on 23סטן יאנואר 2009. Retrieved 31סטן יאנואר 2009. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archivedate= (help)
  9. Young 1996, pp. 2, 13–23, 81.
  10. Young 1996, p. 44.
  11. 11.0 11.1 "Rugby School motivated founder of Games", Reuters, Sports Illustrated (2004-07-08). דערגרייכט דעם 2009-02-04. 
  12. Coubertin, Philemon, Politis & Anninos (1897), Part 2, p. 8
  13. Young 1996, pp. 100–105.
  14. "Athens 1896". The International Olympic Committee. Retrieved 8טן פעברואר 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  15. Young 1996, p. 117.
  16. de Martens, Frédéric (1893). Mémoire sur le conflit entre la Grèce et la Roumanie concernant l'affaire Zappa (in פראַנצויזיש). אַטען: [printer Anestis Constantinides]. Retrieved 2טן אויגוסט 2017. {{cite book}}: Check date values in: |accessdate= (help)CS1 maint: unrecognized language (link)
  17. Streit, Geōrgios S. (1894). L'affaire Zappa; Conflit Gréco-Roumain (in פראַנצויזיש). פאַריז: L. Larose. Retrieved 2טן אויגוסט 2017. {{cite book}}: Check date values in: |accessdate= (help)CS1 maint: unrecognized language (link)
  18. 18.0 18.1 Young 1996, p. 128.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!