רוי:רבי דוב חיה'לעס

ווערסיע פון 00:45, 24 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט באוועגט בלאט דוב חיה'לעס צו רבי דוב חיה'לעס: רב)

ר' דוב חיה'לעס איז געווען רב אין שטאט לאדיזין אין אוקריינא אין די קיעווער קיבערניע.

עס איז געווען א גרויסער למדן, א קענען פון אלע סארט ספרים און געוואוסט גאר אסאך היסטאריע, ער איז געווען פון די נאנטע חסידים פון ר' נחמן מברסלב, ער פלעגט אסאך פארן פון זיין שטעטל לאדיזין צו ברסלב און האט דארט פארברענגט מיט ר' נחמן. זיין סדר איז געווען יעדעס מאל פלעגט ער פארציילט אינטערעסאטנטע מעשיות און זאכן וואס ער האט געזעהן אין פארשידענע ספרים פאר זיין רבי ר' נחמן, ר' נחמן האט אייביג צוגעהערט און געזאגט דערויף הערות. עס זענען דא אסאך תורות און פשטים וואס ר' נחמן האט צוגעלייגט דערצו נאכדעם און מעורר געווען זאכן, איינמאהל האט ער געזאגט אויף א פשט דאס איז ריכטיג רוח הקודש.

זיי ליבשאפט צו זיין רבין איז געווען זייער שטארק, ער איז געווען ממש צוגעבונדען צו איהם מיט גאנצען לייב און לעבן. איינמאהל האט ער פארשטאנען אז זיין רבנות שטעלע שטערט איהם פון זיין צוגעבונדען צו זיין רבי, האט ער אפגעמאכט ביי זיך ער וועט זיך אפלאזן פון זיין א רב, ער האט זיינע קינדער און זיין ווייב ארויף געזעצט אויף א וואגן און זיי אפגעפירט קיין ברסלב, זיך גענומען דארט א הויז צו זיין נאנט צו זיין רבי.

איינמאהל האט פארציילט א מעשה פאר ר' נחמן, און דורך דעם איז ארויס געקומען אז ר' נחמן האט מחליט געווען דרוקן זיין וואונדערבארן ספר ספר המדות.