רוי:רבי משולם זוסיא אויערבאך

ווערסיע פון 12:17, 23 יוני 2020 דורך YI>פוילישער (פוילישער האט באוועגט בלאט משולם זוסיא אוערבאך צו משולם זוסיא אווערבאך)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי משולם זוסיא יצחק אווערבאך זצ"ל (ה'תקע"ט - ה'תרמ"ב), רב אין טאלמיטש.

אפשטאם

רבי זושא איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ט, צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל (אווערבוך) פון קירומא, באקאנט אלס רבי מיכל'ע קירומער, א זון פון הרב צבי מנחם (אויערבאך) פון האניפאלי, באקאנט אלס רבי הערש מענדל, א זון פון הרב משולם זושא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק האלבערשטאט רב אין קאנסטאנטין, אן אייניקל פון רבי יעקב עמדין און דער חכם צבי.

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי זושא געוואוינט אין רוסלאנד מיט זיין שווער אין הארניסטייפל, נאכהער איז ער געווארן רב אין טאלמיטש.

הסתלקות

רבי זושא איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרמ"ב.

פאמיליע

רבי זושא האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שטערנא פייגא (רחל) א טאכטער פון הרב יעקב ישראל טווערסקי רב אין טשערקאס, דער דריטער זון פון הרב מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאבל. פון זייער זון:

  • מרת שרה בתיה די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אהרן משה שניאורסאהן. זייערע קינדער:
  • הרב נחום זלמן שניאורסאהן רב אין טשערקאס.
בזיווג שני די ווייב פון הרב מאיר אלטער הלוי שפירא, רב אין לובני, פאלטאווע, זייערע קינדער:
  • הרב יעקב ישראל שפירא פון לובני.
  • הרב מיכלי שפירא.
  • מרת חנה חייטשע די ווייב פון הרב מרדכי פון סלחוב.

רעפערענצן

  • באהלי צדיקים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • שם ושארית