רוי שמועס:רבי אלעזר הקליר

(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
צושטעלן טעמע

בעל המאור ראש השנה(?) דף ג עמוד א (הערה 17)

רושם רשימות, גיט ביטע א קוק הערה 17: "עס ווערט געברענגט אין בעל המאור ראש השנה דף ג עמוד א" וכו'. מיין שאלה איז:

  1. "וואס" ווערט געברענגט אין בעל המאור דארט? פון אייער לשון איז משמע אז דארט ווערט געברענגט אז קריאת התורה (ביי מפטיר) פון ביידע טעג פון ראש השנה זענען די זעלבע. בשעת אין המכלול העברי (הערה 8) איז משמע אז דארט ווערט געברענגט אז דער פריערדיגע מנהג [אין ארץ ישראל] איז געווען צו האלטן בלויז איין טאג ראש השנה.
  2. איך האב פראבירט נאכצוקוקען דעם בעל המאור דארט (פאר קלארערע אותיות, ניצט אייער גמרא) און גארנישט געטראפן וועגן די עניינים. אין בעל המאור ביצה דף ג עמוד א ווערט אבער יא אראפגעברענגט אז אלע דורות פלעגט מען אין ארץ ישראל האלטן בלויז איין טאג ראש השנה, ביז "עתה חדשים מקרוב באו לשם מחכמי פרובינציאה" און האבן איינגעפירט אין ארץ ישראל צוויי טעג ראש השנה לויט'ן פסק פונ'ם רי"ף (ביצה דארט). איך האב אבער נישט קיין צוטריט צו די מאמרים אין "תרביץ" וואו זיי ווייזן אויף (לויט המכלול העברי) אז אין דער צייט פונ'ם קליר איז יתכן אז מ'האט שוין געהאלטן צוויי טעג ראש השנה.

י'הושע (שמועס) 19:05, 19 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

כ'האב אויך נישט קיין צוטריט צו תרביץ.
לכאורה זענט איר גערעכט, זיי ווילן לכאורה ברענגען א ראי' אז ער איז געווען שפעטער ווען מ'האט געהאלטן צוויי טעג. [עס קען אבער פונקט אזוי זיין אז ס'איז א ראי' אז מ'האט מקדש געווען עפ"י ראייה...].
בכלל איז עס א מחלוקת הראשונים אויב נאך די קביעת הלוח האט מען געהאלטן איין טאג אדער צוויי, זע דא. רושם רשימות (שמועס) 19:26, 19 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
זע דא די רייד פון בעל המאור בתפארתם.. רושם רשימות (שמועס) 06:13, 18 נאוועמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
צוריק צו "רבי אלעזר הקליר" בלאט.