אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

תדעל, איז א קעניג פון גויים דעמאנט אין בראשית יד אלס אליאירט מיט דריי אנדערע קעניגן, אונטעררדריקנדיג אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן געמאכט א בונד צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיע, אין די צייטן פון אברהם אבינו.

זיין נאמען און אפשטאם

תדעל איז א חתישע נאמען. די נאמען תדעל איז א העברעאישע טראנסקריפציע פונעם חתישן נאמען דֻדְחַ'לִי[1].

די מקור פונעם נאמען איז פון א בארג וואס איז פארהייליגט ביי די חתים, תֻדְחַ'לִי בארג. דאס אידענטיפיצירן פונעם נאמען תדעל מיט די חתישע קעניגן וואס טראגן די נאמען תֻדְחַ'לִי, דֻדְחַ'לִי אדער תודחליאש איז געטון געווארן אין די דרייסיגער יארן פונעם 20סטער י"ה און איז ערקלערט געווארן מיט בייטן פון די אותיות ח' און די אות ע'. די נאמען תֻדְחַ'לִי איז געפונען אין די ארכיוון פון שטאט אוגרית און איז דארט געשריבן אין די מקראישע צורה. לויט אלישע קמרון איז תדעל תֻדְחַ'לִי דער צווייטער, וואס האט אקופירט סיריע אין 15'טע יארהונדערט בעפ"צ[2], ווידעראום אנדערע נייגן אים צו אידענטיפיצירן מיט תודחליאש פונעם 17'טע י"ה בעפ"צ[3]. אין תרגום השבעים, ערשיינט זיין נאמען ווי תלעל.

יוסף בן מתיתיהו אין זיין ספר קדמוניות היהודים צייכנט אז תדעל איז געווען איינער פון די מיליטער מיניסטערס פון די אשורים. יוסף בן מתיתיהו שילדערט וויאזוי די פיר מיליטער מיניסטערס האבן גערויבט סיריע און זיי זענען אנגעקומען צום געגנט פון סדום, כדי צו קעמפן מיט די קעניגן פון כיכר הירדן, וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין אשור[4].


דער רמב"ן אויפן פסוק: ” וַיְהִי, בִּימֵי אַמְרָפֶל מֶלֶךְ-שִׁנְעָר, אַרְיוֹךְ, מֶלֶךְ אֶלָּסָר; כְּדָרְלָעֹמֶר מֶלֶךְ עֵילָם, וְתִדְעָל מֶלֶךְ גּוֹיִם” (בראשית, י"ד, א.) טייטשט אז "די מעשה האט פאסירט מיט אברהם צו ווייזן אז פיר מלכויות וועלן שטיין און געוועלטיגן אויף דער וועלט און ענדע וועלן זיינע קינדער זיך שטארקן אויף זיי און זיי וועלן אלע פאלן אין זייערע הענט, און וועלן צוריק קערן אלע זייערע געפאנגענע און פארמעגנס. און "מלך גוים" דער קעניג אויף פארשידענע פעלקער וואס זיי האבן אים אויפגענומען אלס הויפט, איז מרמז אויף מלך רומי וואס איז געקרוינט אויף א שטאט צוזאמגעקליבן פון אסאך פעלקער, כיתים, אדום און נאך פעלקער: און אזוי שטייט אין בראשית רבה (מ"ב ב') "”אמר רבי אבין, כשם שפתח בארבע מלכיות, כך אינו חותם אלא בארבע מלכיות וכו'” [=פונקט ווי ער האט אנגעהויבן מיט ארבע מלכויות וועט ער ענדיגן מיט ארבע מלכויות]. און נאך שטייט אין מדרש: (מ"ב ד') ”ויהי בימי אמרפל מלך שנער, זו בבל. אריוך מלך אלסר, זו מדי, כדרלעומר מלך עילם, זו יון, ותדעל מלך גוים, זו מלכות אדום שהיא מכתבת טירוניא מכל אומות העולם”".

זעט אויך

רעפערענצן

  1. שמואל ייבין, מחקרים בתולדות ישראל וארצו, ירושלים, מ.ניומן, 1959, ע"מ 58.
  2. אלישע קמרון, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 104.
  3. Adam Simon van der Woude, Adrianus van Selms. (1968). Adhuc Loquitur. E.J. Brill. p.36.
  4. יוסף בן מתיתיהו, קדמוניות היהודים, ירושלים, מוסד ביאליק, 2002, ע"מ 19.