רוי:וואדים אקאפיאן

ווערסיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

וואדים אקאפיאן

וואַדים אַקאָפּיאַן (רוסיש: Вадим Акопян‏; געב. דעם 23טן יאַנואַר, קאלינינגראד) – דירעקטאָר פֿונעם מוזיי פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד (2012 – 2019), פֿאָרזיצער פֿון דער ווײַסרוסלענדישער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַראייניקוג "דער רעפּובליקאַער פֿאָנד 'האָלאָקאָסט'" (2012 – 2019), שטעלפֿאַרטרעטער פֿון פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון ווײַסרוסלענדישע ייִדישע געגעלשאַפֿטלעכע פֿאַראייניקונגען און קהילות (2016 – 2021).

לעבנס־געשיכטע

וואַדים אַקאָפּיאַן איז געבוירן געוואָרן אין קאלינינגראד אין 1963. דער פֿאָטער – ניקאָלײַ אַקאָפּיאַן, אַ שאָפֿער, די מוטער פֿאַיִנע אַקאָפּיאַן (קליגער), אַ בוכהאַלטערין. אין 1964 האָט די משפּחה זיך איבערגעצויגן קיין וויטעבסק. אין 1985 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם כימישן פֿאַקולטעט פֿונעם ווײַסרוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט. נאָך דעם געאַרבעט אין מינסק אויף אונטערנעמונגען פֿון עלעקטראָנישער אינדוסטריע. אין 2016 באַקומען אויך די באַקאַלאַווער־מדרגה אויפֿן היסטאָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם ישׂראלדיקן אָפֿענעם אוניווערסיטעט.

זינט 2012 ביז 2019 האָט ער פֿאַרנומען דעם פּאָסטן פֿון דירעקטאָר פֿונעם מוזיי פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד[1][2][3][4][5]. אינעם זעלבן פּעריאָד איז ער געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַראייניקונג "דער רעפּובליקאַנער פֿאָנד 'האָלאָקאָסט'"[6][7][8].

זינט 2016 ביז 2021 געווען אַ שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון דעם פֿארבאַנד פֿון ווײַסרוסלעדישע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַראייניקונגען און קהילות[9][10].

זינט 2014 ביז איצט – שטעלפֿאַרטרעטער פֿון פֿאָרזיצער פֿונעם מעמאָריאַלן קאָמיטעט אויף צו באַהיטן דעם אָנדענק וועגן די חורבן־קרבנות אין דער רעפּובליק ווײַסרוסלאַנד[11].

פֿארהייראַט, האָט צוויי קינדער.

באַלוינונגען

  • דער צייכן פֿון צק פֿון אַלקיוף "אַ יונגער גוואַרדייער פֿונעם 11טן פֿינפֿיאָר" פֿון דער ערשטער מדרגה (1983)[12];
  • אַ דאנקבאַרקייט־בריוו פֿון פֿאַרפֿולמעכטיקטן איבער ענינים פֿון רעליגיעס און נאַציאָנאַליטעטן בײַם מינסטערן־ראַט פֿון ווײַסרוסלאַד (2014).

אויסגאבעס

רעפערענצן

  1. Музеи Беларуси. Музей истории и культуры евреев Беларуси
  2. Шидловская С. Музей истории и культуры евреев Беларуси в канун черной даты — 70-летия со дня уничтожения Минского гетто
  3. 22 июня: итоги Форума «Друзей Городка»
  4. На улице Клары Цеткин в Минске нашли надгробные камни Советская Белоруссия № 232 (24613), 5 декабря 2014
  5. Бордовская И. Почему в центре Минска под открытым небом лежат могильные плиты?, Комсомольская правда, 8/10/2015
  6. Галіна Абакунчык. Мэмарыял у Трасьцянцы: грошы ёсьць, справы — няма
  7. Что сделают с еврейскими могильными плитами, найденными при стройке в Минске
  8. Жабинский А. В. Осмысление феномена Холокоста в белорусской культуре, стр. 395
  9. Белорусский фонд мира. Научно-практическая конференция
  10. Праздник города Копыля. Увековечили память Менделе Мойхер-Сфорима
  11. Фонд имени Саймона Марка Лазаруса по сохранению памяти о жертвах Холокоста в Республике Беларусь
  12. Национальный архив Республики Карелия, фонд П-779, опись 68, дело 33, страницы 42, 48-49

וועבלינקען