רוי:פראטאקאלן פון זקני-ציון
די פראטאקאלן פון זקני-ציון (רוסיש: Протоколы сионских мудрецов) איז דער מערסט פארשפרייטסטער אנטיסעמיטישער דאקומענט אויף דער וועלט.
דאס בוך איז ערשט דערשינען אין דעם סוף פונעם 19סטן יארהונדערט, און האט געלייגט דעם הינטערגרונט פאר אנטיסעמיטיזם אינעם 20סטן יארהונדערט.
דאס בוך האט 100 בלעטער און איז צעטיילט אין 24 קאפיטלעך אדער "פראטאקאלן". עס איז געשריבן געווארן דורך אן אנאנימען שרייבער וועלכער איז געווען א מיטגלידער אין דער רוסישער געהיימער פאליציי אגענטור. די פראטאקאלן אינע'ם בוך זענען געזאגט צו זיין די מינוטן פון א קאנפערענץ פון אידישע פירער וואו זיי מאכן פלענער וויאזוי צו דאמינירן די וועלט. דער בוך איז פיל מיט אנטיסעמיטישע געדאנקען קעגן די אידן, ערגער ווי סיי וועלכע אנטיסעמיטישע בוך וואס איז נאר אמאל ארויסגעקומען.
אין אנפאנג האט דער בוך נישט געמאכט קיין רושם אין רוסלאנד ווייל עס איז פשוט נישט אויפגעכאפט געוווארן. אבער צענדליגע יארן שפעטער האבן א גרופע רוסן זיך גענומען נאכאמאל פארשפרייטן דאס בוך און דאסמאל איז עס גוט געגאנגען. אין יענע יארן האט רוסלאנד געליטן פון א שווערע ציווילע קריג און די אידן האבן דאס מערסטע געליטן פון יעדן ווייל אלעס איז אנגעלייגט געווארן אויף זיי. דער בוך האט זיך צום בעסטן אויפגעכאפט אין יענע צייטן און איז געווארן שטארק פארשפרייט אין גאנצן לאנד וואס האט ארויפגעברענגט די אנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאציע צו די העכסטע שטאפלן אין צענדליגער יארן.
אין דעם העסליכן בוך "מיין קאמף", באציט זיך צו היטלער ימ"ש צו די פראטאקאלן פון די זקני־ציון, נוצנדיג דאס פאר אן איבערצייגונג פון די אידישע קאנספיראציע אז זיי ווילן דאמינירן די וועלט. דאס בוך איז ביי די צווייטע וועלט קריג געליינט געווארן דורך די נאציס און איז שפעטער ארומגעגאנגען אין גאנץ דייטשלאנד. נאך די קריג האבן די אראבער זיך באנוצט מיט דעם בוך אלס אן הסבר צו די זיגן וואס די ציונים האבן אפגעהאלטן אין די ערשטע יארן פון דער מדינה'ס גרינדונג. דאס בוך איז נאך היינט א הייסער ארטיקל צווישן נעא-נאצישע שטיצער און אנטיסעמיטישע גרופעס.
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: פראטאקאלן פון זקני-ציון |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!