באַניצער:תנא קמא/וואס זאל איך טון?

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

גאנץ אפט ווערט געפרעגט די פראגע, "וואס זאל איך טון? וואו הייב איך אן? כ'ווייס נישט בחייכון!". פאלגנד וועלן מיר ברענגען אין קורצן א ליסטע פון זאכן וואס דו קענסט זאפארט זיך ארויפשארן די ארבל און טון, במקום ומה שלבך חפץ.

דער בעסטער ערפארונג באקומט מען פון פשוט פרובירן. האב נישט מורא צו טון סיי וואס, עס איז אלס שייך צוריצודרייען.

דער ערשטע זאך איז צו שאפן א קאנטע און אריינלאגן. אנדעם קענסטו בלויז ליינען.

שרייבן

פארשטייסט נישט קיין אידיש?! אויב קענסטו יא, דאן איז שוין דא א הויפן ארבעט פאר אייך.

  • מגיה זיין הילף בלעטער –
  • צולייגן/איבערארבעטן צו דרעפטס – גייט צום דרעפט געביט און וועלט אייך אויס אן ארטיקל צו איבערארבעטן
  • שאפן נייע ארטיקלען – גיי צו המכלול:בעטן ארטיקלען און וועל דיך אויס אן ארטיקל צו שרייבן
  • איבערזעצן ארטיקלען – אויב שפירסטו גרינגער צו איבערזעצן פון העברעאיש אדער ענגליש (אדער סיי וועלכע שפראך) קענסטו דאס טון
קאודן

האט איר א געפיל צו קאוד אדער טעכנישע זאכן? האלט אויף די מוסטערן – דארפסט נישט קענען קאוד דערפאר! קוק דורך דעם הילף בלאט

בילדער

האט איר אייגן געכאפטע בילדער? קענט איר כאפן שיינע בילדער? לייגט דאס ארויף אויף המכלול.

האסטו א געשמאק אין ארגאניזירן - מאכן סדר? דאן מאכט סדר מיט די קאטעגאריעס. נישט איידער דו ליינסט דעם אינסטרוקציעס בלאט

ווילסט נישט פארעכטן, בלויז זאגן קריטיק? דאס איז אויך וועלקאם!

  • בליק זיך ארום, אויף די מעניוס און קעפלעך, וואס איז נישט ריכטיג/היימיש געשריבן? וואס איז אומפארשטענדליך פאר אן אנהייבער? שרייב דיין קריטיק דארט (המכלול:אידיש מיט אן אלף), דא, אדער סיי וואו איז דיר באקוועם.
  • כנ"ל מיט גראפיק, דעזיין, אויסשטעל.