אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דאנקען לארענס"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:54, 22 נאוועמבער 2022
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "דאנקען לארענס".
דאַנקען לאָרענס Duncan Laurence | |
---|---|
געבורט ארט | ספיקעניסע, האלאנד |
טעטיקייט יארן | 2014 - היינט |
קלעזמערס | וואקאלן, פיאנע |
דאַנקען דע מור (האלענדיש: Duncan de Moor; באקאנט מיט זייַן בינע נאָמען דאַנקען לאָרענס, Duncan Laurence; געבוירן דעם 11טן אפריל 1994) איז אַ האלענדישער זינגער. ער האט רעפּרעזענטירט האלאנד ביי דער 2019 אייראוויזיע געזאנג קאנקורס אין תל אביב, ישראל, וואס ער האט געוואונען מיט דעם ליד "Arcade".
קאריערע
לאָרענס האט אנגעהויבן זיין מוזיק קאַריערע ביי די ראָק אַקאַדעמיע אין טילבורך, און האט געשפילט אין א סאך שולע טרופעס. ער האט גראַדואירט אין 2017. ער האט באטייליקט אין דער פינפטער סעזאן פונעם פראגראם "דע וואָיס אָף האלאנד" (ענ'), געקנעלט דורך אילזע דע לאַנגע (ענ'). צוזאמען מיט דזשיהאַד ראַכמוני האט ער געשריבן דאס ליד "Closer" ("נענטער") אויף דער TVXQ אַלבאם "New Chapter #1: The Chance of Love" אין 2018.