אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מרדכי דוב טווערסקי"
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
(ווונדר) |
||
| שורה 25: | שורה 25: | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין [[הארנסטייפל]] צו [[רבי משולם זוסיא אויערבאך]], רב אין [[טאלמיטש]], (זון פון [[רבי יחיאל מיכל אויערבאך|רבי מיכל'ע קירימער]], זון פון [[רבי צבי מנחם פון האניפאלי|רבי הערש מענדל | רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין [[הארנסטייפל]] צו [[רבי משולם זוסיא אויערבאך]], רב אין [[טאלמיטש]], (זון פון [[רבי יחיאל מיכל אויערבאך|רבי מיכל'ע קירימער]], זון פון [[רבי צבי מנחם פון האניפאלי|רבי הערש מענדל]], זון פון [[רבי משולם זושא פון האניפאלי]]), און צו מרת שטערנא פייגא, טאכטער פון [[רבי יעקב ישראל טווערסקי|רבי יעקב ישראל פון טשערקאס]]. רבי מרדכי דוב האט געהייסן נאך די צוויי זיידעס [[רבי מרדכי טווערסקי|רבי מרדכי פון טשערנאביל]] און [[רבי דובער פון ליובאוויטש]]. ביי די זעקס (אדער ניין) יאר איז ער פאר'[[יתום|יתומ]]'ט געווארן פון זיין מוטער, און איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער דער טשערקאסער; ער האט דעריבער געטוישט זיין פאמיליע נאמען אויף טווערסקי. | ||
אין זיין יוגנט פלעגט ער אפט שלאפן אויף הארטע אדער שטעכעדיגע אויבערפלאכן, כדי נישט צו שלאפן קיין סך, און אויפשטיין פרי צו לערנען, זאגנדיג "אין בעט גלוסט זיך מיר נישט אויפצושטיין". אינגערהייט האט ער שוין געלערנט קבלה באהאלטענערהייט. אמאל האט ער זיך באניצט מיט שמות הק' צו פראווענען א מופת פאר א איד אין א צרה, און ווען זיין טשערקאסער זיידע איז געוואר געווארן האט ער אים געזאגט: "דו מוזט מיר צוזאגן אז דו וועסט עס מער נישט טוהן, למען ה' דו שפילסט זיך מיט פייער". | אין זיין יוגנט פלעגט ער אפט שלאפן אויף הארטע אדער שטעכעדיגע אויבערפלאכן, כדי נישט צו שלאפן קיין סך, און אויפשטיין פרי צו לערנען, זאגנדיג "אין בעט גלוסט זיך מיר נישט אויפצושטיין". אינגערהייט האט ער שוין געלערנט קבלה באהאלטענערהייט. אמאל האט ער זיך באניצט מיט שמות הק' צו פראווענען א מופת פאר א איד אין א צרה, און ווען זיין טשערקאסער זיידע איז געוואר געווארן האט ער אים געזאגט: "דו מוזט מיר צוזאגן אז דו וועסט עס מער נישט טוהן, למען ה' דו שפילסט זיך מיט פייער". | ||
ביי די דרייצן יאר האט אים דער | ביי די דרייצן יאר האט אים דער [[רבי חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]], גענומען אלס חתן פאר זיין טאכטער רייצא, אן אים האבן געזען. וויבאלד רבי מרדכי דוב האט, ווי אלע טשערנאבילער אייניקלעך, נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער [[רוסישע אימפעריע]], איז די חתונה פארגעקומען אין [[הוסיאטין]], וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און [[גאליציע]] (אין דער [[עסטרייך אונגארישע אימפעריע|עסטרייכער אימפעריע]]). אין תרי"ח איז ער געגאנגען באזוכן זיין שווער, וועלכער האט אים געשעצט. ער האט געזאגט אויף אים אז ער לייכט כשמש בצהרים; האט אים געשיקט א קוויטל אז ער זאל זוכה זיין צו זין פון זיין פערטן זיווג; און האט אויסגעטוישט מיט אים קארעספּאנדענץ אין הלכה{{הערה|ווונדר, ענציקלאפעדיע, ז' 17}}. | ||
אין יאר תרכ"ג איז ער געשטעלט געווארן אלס רב און רבי פון הארנסטייפל אויפ'ן באפעל פון זיין זיידן, וועלכער האט זיך געצויגן פון הארנסטייפל קיין טשערקאס דריי יאר פריער. ער האט אויך געפירט צענדליגע שטעטלעך אין אומגעגנט, וועלכע זענען געווען פאררעכנט די גלילות פון הארנסטייפל. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן, אין י"ג אלול תרל"ו, איז זיין חסיד'ישער הויף פארברייטערט געווארן ווען אסאך טשערקאסער חסידים זענען אריבער צו אים, און ער איז געווארן פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע. ער האט געפירט די רבי'סטעווע 40 יאר. | |||
ער האט | רבי מאטעלע איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און ער האט זיך אסאך געשריבן מיט פארשידענע גדולים און אדמו"רים אין זיין דור. ער פלעגט זיך פירן צו מסיים זיין גאנץ [[תלמוד בבלי|ש"ס]] אום [[שמחת תורה]] יעדעס יאר{{הערה|שפע חיים, ירח האיתנים חלק שני, עמוד רפ"ג}}. | ||
ער האט געשפענדט אסאך פאר צדקה, און האט איבערגענומען זיין טשערקאסער זיידן אלס "נשיא ואמרכל ארה"ק" פון [[כולל וואהלין]] און פלעגט שיקן גרויסע סכומים געלט צו טיילן פאר עניי ארץ ישראל{{הערה|[https://bidspirit.com/ui/lotPage/source/catalog/auction/13148/lot/18372 דאנק בריוו פון גבאי כולל וואהלין], אויף בידספיריט}}. | |||
ווינטער תרס"א איז ר' מאטעלע געפארן קיין אונגארן אויף דער חתונה פון זיין אייניקל, און די גדולי המדינה האבן זיך באמיט אים צו טרעפן. ער איז נפטר געווארן אום כ"ב אלול תרס"ג, און זיין רביצין איז נפטר געווארן [[כ"ה תמוז]] [[ה'תרע"ח|תרע"ח]]. | |||
==קינדער== | ==קינדער== | ||
| שורה 65: | שורה 64: | ||
* [[אברהם טווערסקי]], '''The Zeide Reb Motele''', מסורה, תשס"ב | * [[אברהם טווערסקי]], '''The Zeide Reb Motele''', מסורה, תשס"ב | ||
* '''אופני הקודש''': רבי מרדכי דוב מהארנאסטייפאל, מכון משכנות יעקב סקווירא, תשפ"ג | * '''אופני הקודש''': רבי מרדכי דוב מהארנאסטייפאל, מכון משכנות יעקב סקווירא, תשפ"ג | ||
*{{אוצר החכמה|מאיר וואונדר|אנציקלופדיה לחכמי גליציה|640168|page=16|באנד=ג|שנת הוצאה=תשמ"ו|עמ=16–20}} | |||
== דרויסנדיגע לינקס == | == דרויסנדיגע לינקס == | ||
רעוויזיע פון 23:55, 4 מערץ 2025
| געבורט |
כ"ט כסלו ה'ת"ר הארנסטייפל, אוקראינע | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| פטירה | כ"ב אלול ה'תרס"ג (אלט: 63) | ||||
| וואוין ארט | טשערקאס, הארנסטייפל | ||||
| כינוי | רבי מאטעלע הארנסטייפלער; רבי מרדכי בערניו | ||||
| ספרים | עמק שאלה, עמק החכמה, פלא יועץ, חיבור לטהרה, תורי זהב | ||||
| רבי'ס | זיין זיידע רבי יעקב ישראל טווערסקי | ||||
| ווייב | רייצא בת רבי חיים האלבערשטאם | ||||
| טאטע | רבי משולם זוסיא אויערבאך | ||||
| מאמע | שטערנא פייגא בת רבי יעקב ישראל טווערסקי | ||||
| |||||
רבי מרדכי דוב טווערסקי (גערופן רבי מאטעלע הארנסטייפלער; כ"ט כסלו ה'ת"ר – כ"ב אלול ה'תרס"ג), איז געווען דער רב פון הארנסטייפל, און גרינדער פון הארנסטייפלער הויף.
ביאגראפיע
רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארנסטייפל צו רבי משולם זוסיא אויערבאך, רב אין טאלמיטש, (זון פון רבי מיכל'ע קירימער, זון פון רבי הערש מענדל, זון פון רבי משולם זושא פון האניפאלי), און צו מרת שטערנא פייגא, טאכטער פון רבי יעקב ישראל פון טשערקאס. רבי מרדכי דוב האט געהייסן נאך די צוויי זיידעס רבי מרדכי פון טשערנאביל און רבי דובער פון ליובאוויטש. ביי די זעקס (אדער ניין) יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין מוטער, און איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער דער טשערקאסער; ער האט דעריבער געטוישט זיין פאמיליע נאמען אויף טווערסקי.
אין זיין יוגנט פלעגט ער אפט שלאפן אויף הארטע אדער שטעכעדיגע אויבערפלאכן, כדי נישט צו שלאפן קיין סך, און אויפשטיין פרי צו לערנען, זאגנדיג "אין בעט גלוסט זיך מיר נישט אויפצושטיין". אינגערהייט האט ער שוין געלערנט קבלה באהאלטענערהייט. אמאל האט ער זיך באניצט מיט שמות הק' צו פראווענען א מופת פאר א איד אין א צרה, און ווען זיין טשערקאסער זיידע איז געוואר געווארן האט ער אים געזאגט: "דו מוזט מיר צוזאגן אז דו וועסט עס מער נישט טוהן, למען ה' דו שפילסט זיך מיט פייער".
ביי די דרייצן יאר האט אים דער צאנזער רב, גענומען אלס חתן פאר זיין טאכטער רייצא, אן אים האבן געזען. וויבאלד רבי מרדכי דוב האט, ווי אלע טשערנאבילער אייניקלעך, נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסישע אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע (אין דער עסטרייכער אימפעריע). אין תרי"ח איז ער געגאנגען באזוכן זיין שווער, וועלכער האט אים געשעצט. ער האט געזאגט אויף אים אז ער לייכט כשמש בצהרים; האט אים געשיקט א קוויטל אז ער זאל זוכה זיין צו זין פון זיין פערטן זיווג; און האט אויסגעטוישט מיט אים קארעספּאנדענץ אין הלכה[1].
אין יאר תרכ"ג איז ער געשטעלט געווארן אלס רב און רבי פון הארנסטייפל אויפ'ן באפעל פון זיין זיידן, וועלכער האט זיך געצויגן פון הארנסטייפל קיין טשערקאס דריי יאר פריער. ער האט אויך געפירט צענדליגע שטעטלעך אין אומגעגנט, וועלכע זענען געווען פאררעכנט די גלילות פון הארנסטייפל. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן, אין י"ג אלול תרל"ו, איז זיין חסיד'ישער הויף פארברייטערט געווארן ווען אסאך טשערקאסער חסידים זענען אריבער צו אים, און ער איז געווארן פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע. ער האט געפירט די רבי'סטעווע 40 יאר.
רבי מאטעלע איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און ער האט זיך אסאך געשריבן מיט פארשידענע גדולים און אדמו"רים אין זיין דור. ער פלעגט זיך פירן צו מסיים זיין גאנץ ש"ס אום שמחת תורה יעדעס יאר[2].
ער האט געשפענדט אסאך פאר צדקה, און האט איבערגענומען זיין טשערקאסער זיידן אלס "נשיא ואמרכל ארה"ק" פון כולל וואהלין און פלעגט שיקן גרויסע סכומים געלט צו טיילן פאר עניי ארץ ישראל[3].
ווינטער תרס"א איז ר' מאטעלע געפארן קיין אונגארן אויף דער חתונה פון זיין אייניקל, און די גדולי המדינה האבן זיך באמיט אים צו טרעפן. ער איז נפטר געווארן אום כ"ב אלול תרס"ג, און זיין רביצין איז נפטר געווארן כ"ה תמוז תרע"ח.
קינדער
- שטערנא פייגא (ג' תמוז ה'תרי"ז –), די ווייב פון רבי נחום זלמן שניאורסאהן, רב אין טשערקאס.
- חיה מלכה (א' תשרי ה'תרכ"ג –), די ווייב פון רבי משה גוטערמאן, רב אין קיעוו, א זון פון רבי דוד גיטערמאן פון סאווראן.
- רבי אלימלך אהרן שניאור זלמן (ח' אדר ב' ה'תרכ"ד – י"ט חשון ה'תרפ"ד) פון קראָסנא, ער האט געהייראט מרת רוזלא א טאכטער פון רבי משה הורוויץ פון ראזוואדאוו.
- שרה מרים (ד' תמוז ה'תרכ"ה –), די ווייב פון איר פעטער רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט.
- רבי חיים משה צבי (כ"ד שבט ה'תרכ"ו – כ' כסליו ה'תרצ"ד), ער האט געהייראט מרת מרגלית בת-ציון א טאכטער פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון רחמיסטריווקא.
- רבי בן ציון יהודה לייב (כ"א תשרי ה'תרכ"ח – כ"ח טבת ה'תשי"א), ער האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון רבי יצחק יואל ראבינאוויטש פון קאנטיקוזיבה, ער איז נפטר געווארן אין שיקאגא, אמעריקא.
- יוכבד רבקה (י"ז סיון ה'תרכ"ט – סוכות ה'תש"א), די ווייב פון רבי אלישע האלבערשטאם פון גארליץ (חסידות).
- רבי ברוך דוד (ח' אדר ה'תרל"ה – כ"ח כסלו ה'תרפ"ו), ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון רבי שלמה זלמינא, פון ראשקוב, ער איז נפטר געווארן אין וויען.
- אסתר הענדל, די ווייב פון רבי חיים ישעיה שניאורסאהן, זון פון רבי שלום דובער שניאורסאן פון רעטשיצע.
זיינע ספרים
- עמק שאלה, שו"ת
- עמק החכמה, ביאורים על התורה בדרך פלפול
- פלא יועץ, דרושים בדרך החסידות על התורה און מועדים
- חיבר לטהרה, אויף הלכות נטילת ידיים און הלכות מקוואות
- תורי זהב, אויף הלכות ריבית
- א ספר בכתב יד אויף שמות גיטין, פארברענט געווארן אין א שריפה אין יאר תרמ"ב
- נאך א כתב יד, כד הזהב, אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918–1920)
צו ליינען מער
- צבי בריננער, רבינו הקדוש מהארנסטייפל, בני ברק: מכון זכרון משה, תשע"ז, אויף אוצר החכמה
- אהרן סורסקי, מרביצי תורה מעולם החסידות ב, בני ברק תשמ"ז, עמ' כא–סא, אויף אוצר החכמה
- אברהם טווערסקי, The Zeide Reb Motele, מסורה, תשס"ב
- אופני הקודש: רבי מרדכי דוב מהארנאסטייפאל, מכון משכנות יעקב סקווירא, תשפ"ג
- מאיר וואונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה ג, תשמ"ו, עמ' 16–20
דרויסנדיגע לינקס
- "רבי מרדכי דוב טווערסקי מהורנוסטייפל זצ"ל וצאצאיו", אשכול אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ ווונדר, ענציקלאפעדיע, ז' 17.
- ↑ שפע חיים, ירח האיתנים חלק שני, עמוד רפ"ג.
- ↑ דאנק בריוו פון גבאי כולל וואהלין, אויף בידספיריט.