אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלעזר הכהן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
(8 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|דריטער זון פון אהרן הכהן, צווייטער כהן גדול (–ב'תקט"ז)}}
{{דעסקריפציע|דריטער זון פון אהרן הכהן, צווייטער כהן גדול (–ב'תקט"ז)}}
{{באאמטער
{{באאמטער
| אידישע דאטום געשטארבן = {{לינק צו אידיש יאר|2516}}
| תאריך פטירה עברי = {{לינק צו אידיש יאר|2516}}
| געבורט ארט = [[מצרים]]
| געבורט ארט = [[מצרים]]
| פטירה ארט = [[ארץ ישראל]]
| פטירה ארט = [[ארץ ישראל]]
| מדינה = מצרים, ארץ ישראל
| באגרעבעניש = קבר אלעזר בן אהרן הכהן, עוורתא{{ש}}{{coord|32.162226|N|35.286887|E|type:landmark|display=inline|טיפ=primary}}
| באגרעבעניש = קבר אלעזר בן אהרן הכהן, עוורתא{{ש}}{{coord|32.162226|N|35.286887|E|type:landmark|display=inline}}
| טיטל = אלעזר כהן גדול
| טיטל = אלעזר כהן גדול
| צונאמען = אלעזר בן אהרן
| צונאמען = אלעזר בן אהרן
שורה 20: שורה 19:
| קינדער = [[פינחס]]
| קינדער = [[פינחס]]
}}
}}
'''אֶלְעָזָר הכהן''' איז געווען דער דריטער זון פון [[אהרן הכהן]] און פלומעניק פון [[משה רבינו]]. ער האט געדינט דער צווייטער אלס [[כהן גדול]], נאך זיין פאטער'ס פטירה. ער איז אויך געווען דער "נשיא נשיאי הלוי", דער הויפט פאראנטווארטליכער אויף די "שומרי משמרת הקודש"{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ג|לב}}}} און אויף די כלים פונעם [[משכן]] ביים אריבערפירן דעם משכן פון איין פלאץ צום אנדערן, און מיט דעם איז ער געווען דער ערשטער [[אמרכל]]{{הערה|{{ירושלמי|שבת|י|ג}}.}}.
'''אֶלְעָזָר הכהן''' איז געווען דער דריטער זון פון [[אהרן הכהן]] און פלומעניק פון [[משה רבינו]]. ער האט געדינט דער צווייטער אלס [[כהן גדול]], נאך זיין פאטער'ס פטירה.


== לעבן ==
== לעבן ==
שורה 29: שורה 28:
זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געווען [[נדב און אביהוא]], וועלכע זענען ארויפגערופן געווארן צום [[הר סיני]] ארום די טעג פון [[מעמד הר סיני|מתן תורה]]{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כד|א}}. זעט דארט אין די מפרשים אז דאס איז געווען אין די [[שלשת ימי הגבלה]] (רש"י), אדער אין טאג פון מתן תורה נאך דעם מעמד הר סיני (ראב"ע)}}. לויט [[רבי יצחק אברבנאל]] איז אויך אלעזר ארויפגערופן געווארן צוזאמען מיט זיין יונגערער ברודער איתמר, אין כלל פון די זיבעציג [[זקנים]]{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כד|מפרש=אברבנאל}}. [[רבי יעקב בן אשר|דער בעל הטורים]] שרייבט דארט אבער אז אלעזר און איתמר זענען נישט ארויפגעקומען}}. אלעזר ווערט דערמאנט צווישן די צען צדיקים וואס משה רבינו האט אויסגערעכנט, צו בעטן אז השי"ת זאל מוחל זיין דעם [[חטא העגל]] אין זייער זכות{{הערה|{{מדרש רבה|שמות|מד|ו}}}}.
זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געווען [[נדב און אביהוא]], וועלכע זענען ארויפגערופן געווארן צום [[הר סיני]] ארום די טעג פון [[מעמד הר סיני|מתן תורה]]{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כד|א}}. זעט דארט אין די מפרשים אז דאס איז געווען אין די [[שלשת ימי הגבלה]] (רש"י), אדער אין טאג פון מתן תורה נאך דעם מעמד הר סיני (ראב"ע)}}. לויט [[רבי יצחק אברבנאל]] איז אויך אלעזר ארויפגערופן געווארן צוזאמען מיט זיין יונגערער ברודער איתמר, אין כלל פון די זיבעציג [[זקנים]]{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כד|מפרש=אברבנאל}}. [[רבי יעקב בן אשר|דער בעל הטורים]] שרייבט דארט אבער אז אלעזר און איתמר זענען נישט ארויפגעקומען}}. אלעזר ווערט דערמאנט צווישן די צען צדיקים וואס משה רבינו האט אויסגערעכנט, צו בעטן אז השי"ת זאל מוחל זיין דעם [[חטא העגל]] אין זייער זכות{{הערה|{{מדרש רבה|שמות|מד|ו}}}}.


זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען אומגעקומען אין טאג פון [[חנוכת המשכן]], "בהקריבם אש זרה לפני ה'"{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ג|ד}}}}, דאן איז געבליבן מיט אים נאר זיין יונגערער ברודער איתמר וואס האט געדינט אלס [[כהן]]. אלעזר האט געמאכט די ערשטע [[פרה אדומה]] אין מדבר{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|יט|א|ד}}}}. ווען זיי האבן געלערנט תורה פון משה רבינו, איז אלעזר געזעסן רעכטס פון משה און איתמר לינקס פון אהרן{{הערה|{{בבלי|עירובין|נד|ב}}}}.
זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען אומגעקומען אין טאג פון [[חנוכת המשכן]], "בהקריבם אש זרה לפני ה'"{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|י|א}}; {{תנ"ך|במדבר|ג|ד}}}}, דאן איז געבליבן מיט אים נאר זיין יונגערער ברודער איתמר וואס האט געדינט אלס [[כהן]]. בשעת זיין פאטער'ס לעבן, האט אלעזר געדינט ווי דער "נשיא נשיאי הלוי", דער הויפט פאראנטווארטליכער אויף די "שומרי משמרת הקודש"{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ג|לב}}}} און אויף די כלים פונעם [[משכן]] ביים אריבערפירן דעם משכן פון איין פלאץ צום אנדערן, און מיט דעם איז ער געווען דער ערשטער [[אמרכל]]{{הערה|{{ירושלמי|שבת|י|ג}}.}}. ער האט אויך געמאכט די ערשטע [[פרה אדומה]] אין מדבר{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|יט|א|ד}}}}. ווען זיי האבן געלערנט תורה פון משה רבינו, איז אלעזר געזעסן רעכטס פון משה, און איתמר לינקס פון אהרן{{הערה|{{בבלי|עירובין|נד|ב}}}}.


ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, איז אלעזר געווארן אויפגענומען אלס כהן גדול אויף זיין ארט{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כ|כה|כח}}}}. ער ווערט פון דאן דערמאנט אין עטליכע וויכטיגע פאסירונגען: ביים ציילן די אידן צוזאמען מיט משה{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כו|א}}}}; ביי די פראגע פון די [[בנות צלפחד]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כז|ב}}}}; און ביי [[מלחמת מדין]], וואו עס ווערט אויך איבערגעגעבן דורך אים "חוקת התורה" פאר אידן{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לא|כא}}}}.
ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, איז אלעזר געווארן אויפגענומען אלס כהן גדול אויף זיין ארט{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כ|כה|כח}}; {{תנך|דברים|י|ו}}}}. ער ווערט פון דאן דערמאנט אין עטליכע וויכטיגע פאסירונגען: צוזאמען מיט משה האט ער געציילט די אידן אויף די פלוין פון מואב ביי דעם ברעג פון ירדן{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כו|א}}}}; ער איז געווען נעבן משה ווען די [[בנות צלפחד]] האבן פארגעשטעלט זייער פראגע{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כז|ב}}}}; ביי [[מלחמת מדין]] ווערט אויך איבערגעגעבן דורך אים "חוקת התורה" פאר אידן{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לא|כא}}}}; און, צוזאמען מיט [[יהושע]], איז ער געווען אין שפיץ פון די געשטעלטע איינצוטיילן ארץ ישראל{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לב|כח}}; {{תנ"ך|במדבר|לד|יז}}; {{תנ"ך|יהושע|יד|א}}}}.


אלעזר איז געווען אין שפיץ פון די געשטעלטע איינצוטיילן [[ארץ ישראל]] אין די צייטן פון [[יהושע בן נון]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לב|כח}}; {{תנ"ך|יהושע|יד|א}}}}.
דער אויבערשטער האט באפוילן משה ער זאל אויפנעמען יהושע אלס זיין נאכפאלגער פארנט פון אלעזר, און אז יהושע זאל זיך, דורכאויס זיין פירערשאפט, שטעלן פאר אלעזר אים צו פרעגן "במשפט האורים"{{הערה|{{תנך|במדבר|כז|יח|כב}}}}.


אלעזר איז נפטר געווארן אין זעלבן יאר ווי יהושע בן נון{{הערה|סדר הדורות שנת בתקט"ז}}, {{לינק צו אידיש יאר|2516}}{{ביאור|לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען [[אדם הראשון]] איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז {{תאריך עברי נוכחי|xhxjY}}), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום [[בריאת העולם]], דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון. {{ש}}אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען מעגליך צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט: {{היברובוקס|[[רבי אברהם ישעיהו קארעליץ]]|חזון איש|14336|אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'|page=465}}.}}, נאך וואס ער האט געשריבן די לעצטע פסוקים אין [[ספר יהושע]]{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|טו|א}}}}, און זיין זון [[פינחס]] האט אים איבער גענומען אין די ראלע פון [[כהן גדול]]. די כהונה גדולה איז געבליבן ביי די אפשטאמיגע פון אלעזר, ביז צו די צייטן פון [[עלי הכהן]] וועלכער האט געשטאמט פון איתמר{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|ב|ל|מפרש=רש"י}}}}, און איז צוריקגעקומען אין די צייטן פון [[צדוק]], ווען [[אביתר]] איז פארטריבן געווארן דורך [[שלמה המלך]]{{הערה|זעט: {{תנ"ך|שמואל א|ב|ל|לו}}; {{תנ"ך|מלכים א|ב|כו|כז}}}}. אויך [[עזרא הסופר]] האט געשטאמט פון אלעזר{{הערה|{{תנ"ך|עזרא|א|ה}}}}. פון די 24 [[משמרות כהונה]], זענען זעכצן געווען פון די בני אלעזר און בלויז אכט פון די בני איתמר{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|כד|ג|ו}}}}.
אלעזר איז נפטר געווארן אין זעלבן יאר ווי יהושע בן נון{{הערה|{{סדר הדורות|ימות עולם|ב'תקט"ז}}}}, {{לינק צו אידיש יאר|2516}}{{ביאור|לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען [[אדם הראשון]] איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז {{תאריך עברי נוכחי|xhxjY}}), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום [[בריאת העולם]], דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון. {{ש}}אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען מעגליך צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט: {{היברובוקס|רבי אברהם ישעיהו קארעליץ|חזון איש|14336|אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'|page=465}}.}}, נאך וואס ער האט געשריבן די לעצטע פסוקים אין [[ספר יהושע]]{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|טו|א}}}}, און זיין זון [[פינחס]] האט אים איבער גענומען אין די ראלע פון [[כהן גדול]]. די כהונה גדולה איז געבליבן ביי די אפשטאמיגע פון אלעזר, ביז צו די צייטן פון [[עלי הכהן]] וועלכער האט געשטאמט פון איתמר{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|ב|ל|מפרש=רש"י}}}}, און איז צוריקגעקומען אין די צייטן פון [[צדוק]], ווען [[אביתר]] איז פארטריבן געווארן דורך [[שלמה המלך]]{{הערה|זעט: {{תנ"ך|שמואל א|ב|ל|לו}}; {{תנ"ך|מלכים א|ב|כו|כז}}}}. אויך [[עזרא הסופר]] האט געשטאמט פון אלעזר{{הערה|{{תנ"ך|עזרא|א|ה}}}}. 16 פון די 24 [[משמרות כהונה]] זענען געווען פון די בני אלעזר{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|כד|ג|ו}}}}.


==קבר אלעזר==
==קבר==
{{ערך מורחב|קבר אלעזר בן אהרן הכהן}}
[[טעקע:Northern views. Awerta, tombs of Eleazar and Phinehas.jpg|קליין|בילד פון אנהויב 20סטן יאר הונדערט, פון די קברים פון אלעזר און פינחס]]
אין [[ספר יהושע]] שטייט אז אלעזר איז באערדיגט געווארן אין [[גבעת פינחס]], דאס בערגל פון פינחס זיין זון אין הר אפרים{{הערה|{{תנ"ך|יהושע|כד|לג}}}} לויט געוויסע אידישע, און להבדיל [[שומרונים|שומרונ]]'ישע און אראבישע מסורות, איז דאס אין [[עוורתא]], פון דרום-מזרח צו [[שכם]]. די ערשטער עדות איבער דעם פלאץ, איז איבערגעגעבן געווארן דורך [[רבי יעקב השליח]] (א תלמיד פון [[רבי יחיאל פון פאריז]]) וואס האט באזוכט דארט אין אנפאנג [[אלף הששי]]: "וכפר עוורתא לשמאל העולה לירושלים… הוא קבר אלעזר בן אהרן הכהן והוא בנין מפואר מאוד."{{הערה|[http://www.myesha.org.il/?CategoryID=162&ArticleID=2028 הילולת אלעזר ואיתמר בני אהרן], אויף יש"ע זייטל}}
[[טעקע:קברי אלעזר ואיתמר בגבעת פינחס (עוורתא).JPG|קליין|אידן זענען מתפלל ביים קבר פון אלעזר און איתמר]]
סוף [[ספר יהושע]] שטייט אז אלעזר איז באערדיגט געווארן אין "גבעת פינחס בנו – דאס בערגל פון [[פינחס]] זיין זון אין הר אפרים"{{הערה|{{תנ"ך|יהושע|כד|לג}}; זעט {{יוספוס|קדמוניות|ה|א}}}}. דער מלבי"ם ערקלערט אז די בני יוסף האבן געוואלט באגראבן אלעזר הכהן אין זייער נחלה. און אין דער צייט פון זיין פטירה האבן זיי באשטימט גבעת פינחס אלס א "שדה חרם" (וואס ווערט געגעבן פאר דעם כהן וואס דאן איז זיין משמר) בשעת די משמרת פון פינחס, אזוי וועט זיין פאטער ווערן באגראבן אין זייער נחלה{{הערה|{{תנ"ך|יהושע|כד|לב|מפרש=מלבי"ם}}}}.


פילע גייען ארויף אהין אין [[א' אב]], צום [[יארצייט]] פון זיין טאטן אהרן הכהן{{הערה|{{ערוץ7|אורנית עצר|מאות עלו לקבר אלעזר הכהן בכפר עוורתא|241367|יולי 20, 2012}}}}, און מיליטערישע קרעפטן טוען דאן באַוואכן דעם אָרט{{הערה|{{ערוץ7|אפרים מורנו|הילולת "שבעים הזקנים" בעוורתא|232696|יאנואר 31, 2012}}}}.
לויט געוויסע אידישע און, להבדיל, [[שומרונים|שומרונ]]'ישע און אראבישע מסורות איז גבעת פינחס אין אראבישן דערפל [[עוורתא]], פון דרום-מזרח צו [[שכם]]. די ערשטער עדות איבער דעם פלאץ, איז איבערגעגעבן געווארן דורך [[רבי יעקב השליח]] (א תלמיד פון [[רבי יחיאל פון פאריז]]) וואס האט באזוכט דארט אין ד'תתקצ"ה: "וכפר עוורתא לשמאל העולה לירושלים… הוא קבר אלעזר בן אהרן הכהן והוא בנין מפואר מאוד"{{הערה|געדרוקט אין {{היברובוקס|יהודה דוד אייזנשטין|אוצר מסעות|2933|page=66|עמ=66}}}}. [[רבי אשתורי הפרחי]] (אנהייב אלף השישי) שרייבט אז דאס איז גראד מזרח פון שכם{{הערה|{{אוצר החכמה|אשתורי בן משה הפרחי|כפתור ופרח|153394|page=76|באנד=ב|שנת הוצאה=תשס"ז|מו"ל=ביהמ"ד להלכה בהתישבות|עמ=סז|לינק טעקסט=פרק י"א}}}}.


דער קבר איז עטליכע מאל במשך די יארן וואנדאליזירט געווארן מיט'ן אונטערצינדן און אראבישע [[גראפיטי]]{{הערה|נח זבולוני, [https://ranaz.co.il/articles/article3664_19920522.asp חולל קבר אלעזר בן-אהרן - הכהן הגדול הראשון של בני ישראל], דבר, מאי 22, 1992}}{{הערה|{{mako|חדשות 2|הושחת קבר אלעזר הכהן בשומרון|68eab5b07995331017|news-military/security|31 אקטאבער 2011}}}}{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://www.kolhazman.co.il/87363|קעפל=חולל קבר אלעזר בן אהרן הכהן בעווארתא|זייטל=כל הזמן|דאטום=יאנואר 23, 2016}}}}. אין [[אדר]] [[ה'תשע"ב]] איז דער קבר צוויי מאל נאכאנאנד וואנדאליזירט געווארן מיט אויפשריפטן וואס האבן געלויבט די רוצחים פון די איתמר אטאקע {{העב|רצח בני משפחת פוגל באיתמר}} וואו די פויגל פאמיליע איז אומגעקומען{{הערה|{{JDN|אלי בן דוד|המתפללים נכנסו לעוורתא והזדעזעו: הלל ושבח לרוצח משפחת פוגל|36430|פעברואר 1, 2012}}}}{{הערה|{{ערוץ7|שלמה פיוטרקובסקי|כתובות נאצה רוססו על קבר אלעזר בן אהרון|233366|פעברואר 12, 2012}}}}.
אין 1838 האט אלעזר הלוי פון שכם אנגעשריבן א דעטאלירטע באשרייבונג פונעם פּלאץ. אין זיין שילדערונג זאגט ער, אז ער האט באזוכט די קברים פון פינחס, אלעזר און איתמר אין עוורתא, און די שומרונים היטן די קברים נאכפאלגנדיג א גזירת גירוש וואס איבראהים פאשא, וועלכער האט זיי באטראכט אלס געצנדינער, האט אויף זיי ארויפגעלייגט, און זיי האבן געמאכט א נדר צו באפוצן די קברים און די גזירה איז אוועק{{הערה|בריוו פון ד"ר אלעזר הלוי משכם, מובא ב{{פרויקט בן-יהודה|שם=מרדכי אהרן גינצבורג|זיהוי=13346|שם היצירה=השומרונים (על פי מכתבי המסע של הד"ר אלעזר הלוי)}}}}.
 
פילע גייען ארויף צום אנגעצייכנטן ארט אין היינטצייטיגן עוורתא אין [[א' אב]], צום [[יארצייט]] פון זיין טאטן אהרן הכהן{{הערה|{{ערוץ7|אורנית עצר|מאות עלו לקבר אלעזר הכהן בכפר עוורתא|241367|יולי 20, 2012}}}}, און מיליטערישע קרעפטן טוען דאן באַוואכן דעם אָרט{{הערה|{{ערוץ7|אפרים מורנו|הילולת "שבעים הזקנים" בעוורתא|232696|יאנואר 31, 2012}}}}.
 
דער קבר איז עטליכע מאל במשך די יארן וואנדאליזירט געווארן מיט'ן אונטערצינדן און אראבישע [[גראפיטי]]{{הערה|נח זבולוני, [https://ranaz.co.il/articles/article3664_19920522.asp חולל קבר אלעזר בן-אהרן - הכהן הגדול הראשון של בני ישראל], דבר, מאי 22, 1992;{{ש}}{{mako|חדשות 2|הושחת קבר אלעזר הכהן בשומרון|68eab5b07995331017|news-military/security|31 אקטאבער 2011}};{{ש}}{{קישור כללי|אדרעס=https://www.kolhazman.co.il/87363|קעפל=חולל קבר אלעזר בן אהרן הכהן בעווארתא|זייטל=כל הזמן|דאטום=יאנואר 23, 2016}}}}. אין [[אדר]] [[ה'תשע"ב]] איז דער קבר צוויי מאל נאכאנאנד וואנדאליזירט געווארן מיט אויפשריפטן וואס האבן געלויבט די רוצחים פון די איתמר אטאקע {{העב|רצח בני משפחת פוגל באיתמר}} וואו די פויגל פאמיליע איז אומגעקומען{{הערה|{{JDN|אלי בן דוד|המתפללים נכנסו לעוורתא והזדעזעו: הלל ושבח לרוצח משפחת פוגל|36430|פעברואר 1, 2012}};{{ש}}{{ערוץ7|שלמה פיוטרקובסקי|כתובות נאצה רוססו על קבר אלעזר בן אהרון|233366|פעברואר 12, 2012}}}}.


==זעט אויך==
==זעט אויך==

יעצטיגע רעוויזיע זינט 06:01, 2 מערץ 2025


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער

פאראמעטער [ באגרעבעניש, צונאמען, טיטל ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

אלעזר הכהן
געבורט מצרים
פטירה ב'תקט"ז
ארץ ישראל
קינדער פינחס
פאטער אהרן בן עמרם
מוטער אלישבע בת עמינדב
צווייטער כהן גדול
אונטער משה רבינו, יהושע בן נון

אֶלְעָזָר הכהן איז געווען דער דריטער זון פון אהרן הכהן און פלומעניק פון משה רבינו. ער האט געדינט דער צווייטער אלס כהן גדול, נאך זיין פאטער'ס פטירה.

לעבן

אלעזר איז דער זון פון אהרן און אלישבע בת עמינדב, א שוועסטער פון נחשון[1]. איבער דעם יאר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע דעות; לויט'ן מדרש פאר ב'תי"ט, און לויט'ן זוהר נאך ב'תכ"ט[א]. לויט איין מקור, איז ער געווען א צווילינג מיט זיין יונגערער ברודער איתמר[4].

לויט איין מיינונג אין חז"ל איז ער געווען אן איידעם ביי יתרו און שוואגער פון משה רבינו[5], און לויט אַן אַנדער מיינונג, איז ער געווען אַן איידעם ביי אפשטאמיגע פון יתרו וואָס האבן אויך געשטאמט פון יוסף[6]. אנדערע מפרשים טייטשן אז ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון פוטיאל, וועלכער איז געווען א באקאנטער איד אין זיין דור[7].

זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געווען נדב און אביהוא, וועלכע זענען ארויפגערופן געווארן צום הר סיני ארום די טעג פון מתן תורה[8]. לויט רבי יצחק אברבנאל איז אויך אלעזר ארויפגערופן געווארן צוזאמען מיט זיין יונגערער ברודער איתמר, אין כלל פון די זיבעציג זקנים[9]. אלעזר ווערט דערמאנט צווישן די צען צדיקים וואס משה רבינו האט אויסגערעכנט, צו בעטן אז השי"ת זאל מוחל זיין דעם חטא העגל אין זייער זכות[10].

זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען אומגעקומען אין טאג פון חנוכת המשכן, "בהקריבם אש זרה לפני ה'"[11], דאן איז געבליבן מיט אים נאר זיין יונגערער ברודער איתמר וואס האט געדינט אלס כהן. בשעת זיין פאטער'ס לעבן, האט אלעזר געדינט ווי דער "נשיא נשיאי הלוי", דער הויפט פאראנטווארטליכער אויף די "שומרי משמרת הקודש"[12] און אויף די כלים פונעם משכן ביים אריבערפירן דעם משכן פון איין פלאץ צום אנדערן, און מיט דעם איז ער געווען דער ערשטער אמרכל[13]. ער האט אויך געמאכט די ערשטע פרה אדומה אין מדבר[14]. ווען זיי האבן געלערנט תורה פון משה רבינו, איז אלעזר געזעסן רעכטס פון משה, און איתמר לינקס פון אהרן[15].

ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, איז אלעזר געווארן אויפגענומען אלס כהן גדול אויף זיין ארט[16]. ער ווערט פון דאן דערמאנט אין עטליכע וויכטיגע פאסירונגען: צוזאמען מיט משה האט ער געציילט די אידן אויף די פלוין פון מואב ביי דעם ברעג פון ירדן[17]; ער איז געווען נעבן משה ווען די בנות צלפחד האבן פארגעשטעלט זייער פראגע[18]; ביי מלחמת מדין ווערט אויך איבערגעגעבן דורך אים "חוקת התורה" פאר אידן[19]; און, צוזאמען מיט יהושע, איז ער געווען אין שפיץ פון די געשטעלטע איינצוטיילן ארץ ישראל[20].

דער אויבערשטער האט באפוילן משה ער זאל אויפנעמען יהושע אלס זיין נאכפאלגער פארנט פון אלעזר, און אז יהושע זאל זיך, דורכאויס זיין פירערשאפט, שטעלן פאר אלעזר אים צו פרעגן "במשפט האורים"[21].

אלעזר איז נפטר געווארן אין זעלבן יאר ווי יהושע בן נון[22], ב'תקט"ז[ב], נאך וואס ער האט געשריבן די לעצטע פסוקים אין ספר יהושע[23], און זיין זון פינחס האט אים איבער גענומען אין די ראלע פון כהן גדול. די כהונה גדולה איז געבליבן ביי די אפשטאמיגע פון אלעזר, ביז צו די צייטן פון עלי הכהן וועלכער האט געשטאמט פון איתמר[24], און איז צוריקגעקומען אין די צייטן פון צדוק, ווען אביתר איז פארטריבן געווארן דורך שלמה המלך[25]. אויך עזרא הסופר האט געשטאמט פון אלעזר[26]. 16 פון די 24 משמרות כהונה זענען געווען פון די בני אלעזר[27].

קבר

בילד פון אנהויב 20סטן יאר הונדערט, פון די קברים פון אלעזר און פינחס
אידן זענען מתפלל ביים קבר פון אלעזר און איתמר

סוף ספר יהושע שטייט אז אלעזר איז באערדיגט געווארן אין "גבעת פינחס בנו – דאס בערגל פון פינחס זיין זון – אין הר אפרים"[28]. דער מלבי"ם ערקלערט אז די בני יוסף האבן געוואלט באגראבן אלעזר הכהן אין זייער נחלה. און אין דער צייט פון זיין פטירה האבן זיי באשטימט גבעת פינחס אלס א "שדה חרם" (וואס ווערט געגעבן פאר דעם כהן וואס דאן איז זיין משמר) בשעת די משמרת פון פינחס, אזוי וועט זיין פאטער ווערן באגראבן אין זייער נחלה[29].

לויט געוויסע אידישע און, להבדיל, שומרונ'ישע און אראבישע מסורות איז גבעת פינחס אין אראבישן דערפל עוורתא, פון דרום-מזרח צו שכם. די ערשטער עדות איבער דעם פלאץ, איז איבערגעגעבן געווארן דורך רבי יעקב השליח (א תלמיד פון רבי יחיאל פון פאריז) וואס האט באזוכט דארט אין ד'תתקצ"ה: "וכפר עוורתא לשמאל העולה לירושלים… הוא קבר אלעזר בן אהרן הכהן והוא בנין מפואר מאוד"[30]. רבי אשתורי הפרחי (אנהייב אלף השישי) שרייבט אז דאס איז גראד מזרח פון שכם[31].

אין 1838 האט אלעזר הלוי פון שכם אנגעשריבן א דעטאלירטע באשרייבונג פונעם פּלאץ. אין זיין שילדערונג זאגט ער, אז ער האט באזוכט די קברים פון פינחס, אלעזר און איתמר אין עוורתא, און די שומרונים היטן די קברים נאכפאלגנדיג א גזירת גירוש וואס איבראהים פאשא, וועלכער האט זיי באטראכט אלס געצנדינער, האט אויף זיי ארויפגעלייגט, און זיי האבן געמאכט א נדר צו באפוצן די קברים און די גזירה איז אוועק[32].

פילע גייען ארויף צום אנגעצייכנטן ארט אין היינטצייטיגן עוורתא אין א' אב, צום יארצייט פון זיין טאטן אהרן הכהן[33], און מיליטערישע קרעפטן טוען דאן באַוואכן דעם אָרט[34].

דער קבר איז עטליכע מאל במשך די יארן וואנדאליזירט געווארן מיט'ן אונטערצינדן און אראבישע גראפיטי[35]. אין אדר ה'תשע"ב איז דער קבר צוויי מאל נאכאנאנד וואנדאליזירט געווארן מיט אויפשריפטן וואס האבן געלויבט די רוצחים פון די איתמר אטאקע (העב') וואו די פויגל פאמיליע איז אומגעקומען[36].

זעט אויך

צו ליינען מער

נאטיצן

  1. לויט דער מדרש איז ער געווען דרייסיג יאר אדער מער בשעת די גזירה פון די מרגלים[2]; לויט דעם איז ער געבוירן נישט שפעטער ווי ב'תי"ט. לויט דער זוהר איז ער געווען ווייניגער ווי צוואנציג יאר אין יענע צייט[3]; וואס לויט דעם איז ער געבוירן שפעטער ווי ב'תכ"ט.
  2. לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ו), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
    אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען מעגליך צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.

רעפערענצן

  1. שמות ו, כג.
  2. במדבר רבה, פרשה ג', פסקה ז'.
  3. ספר הזוהר, פרשת אחרי מות; זעט מגלה עמוקות, פרשת ואתחנן אופן צ'.
  4. רבי מאיר טענענבוים, אמרי מאיר, דרוש כ"ט, בשם בעל נהרי אפרסמון.
  5. שמות ו, כה. זעט אין רש"י, סנהדרין פב, ב, ד"ה אבי אמו.
  6. בבא בתרא קי, א.
  7. ראב"ע, שמות ו, כה; רמב"ן, שמות ו, כג, אין צווייטן פשט.
  8. שמות כד, א. זעט דארט אין די מפרשים אז דאס איז געווען אין די שלשת ימי הגבלה (רש"י), אדער אין טאג פון מתן תורה נאך דעם מעמד הר סיני (ראב"ע)
  9. אברבנאל, שמות כד. דער בעל הטורים שרייבט דארט אבער אז אלעזר און איתמר זענען נישט ארויפגעקומען.
  10. שמות רבה, פרשה מ"ד, פסקה ו'.
  11. ויקרא י, א; במדבר ג, ד.
  12. במדבר ג, לב.
  13. תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק י', הלכה ג'.
  14. במדבר יט, א–ד.
  15. עירובין נד, ב.
  16. במדבר כ, כה–כח; דברים י, ו.
  17. במדבר כו, א–ג.
  18. במדבר כז, ב.
  19. במדבר לא, כא.
  20. במדבר לב, כח; במדבר לד, יז; יהושע יד, א.
  21. במדבר כז, יח–כב.
  22. רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ימות עולם, ב'תקט"ז.
  23. בבא בתרא טו, א.
  24. רש"י, שמואל א' ב, ל.
  25. זעט: שמואל א' ב, ל–לו; מלכים א' ב, כו–כז.
  26. עזרא א, ה.
  27. דברי הימים א' כד, ג–ו.
  28. יהושע כד, לג; זעט יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך ה, קאפּיטל א.
  29. מלבי"ם, יהושע כד, לב.
  30. געדרוקט אין יהודה דוד אייזנשטין, אוצר מסעות, עמ' 66.
  31. אשתורי בן משה הפרחי, כפתור ופרח ב, פרק י"א, ביהמ"ד להלכה בהתישבות, תשס"ז, עמ' סז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  32. בריוו פון ד"ר אלעזר הלוי משכם, מובא במרדכי אהרן גינצבורג, "השומרונים (על פי מכתבי המסע של הד"ר אלעזר הלוי)" אין פרויקט בן-יהודה.
  33. אורנית עצר, מאות עלו לקבר אלעזר הכהן בכפר עוורתא, אויף ערוץ 7, יולי 20, 2012.
  34. אפרים מורנו, הילולת "שבעים הזקנים" בעוורתא, אויף ערוץ 7, יאנואר 31, 2012.
  35. נח זבולוני, חולל קבר אלעזר בן-אהרן - הכהן הגדול הראשון של בני ישראל, דבר, מאי 22, 1992;
    חדשות 2, הושחת קבר אלעזר הכהן בשומרון, אויפ'ן מאקו וועבזייטל‏, 31 אקטאבער 2011;
    חולל קבר אלעזר בן אהרן הכהן בעווארתא, אויף כל הזמן, ‏יאנואר 23, 2016.
  36. אלי בן דוד, ‏המתפללים נכנסו לעוורתא והזדעזעו: הלל ושבח לרוצח משפחת פוגל, אויף JDN‏, פעברואר 1, 2012 (העברעאיש);
    שלמה פיוטרקובסקי, כתובות נאצה רוססו על קבר אלעזר בן אהרון, אויף ערוץ 7, פעברואר 12, 2012.