אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר החינוך"
(←געבוי: פארברייטערט) |
ק (ווי דיני המצוה (diffedit)) |
||
(14 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 21: | שורה 21: | ||
אויפן ספר זענען געשריבן געווארן מערערע פירושים וואס ערקלערן זיינע ווערטער און דיסקוטירן זיינע מקורות, מערסט באקאנט פון זיי איז "מנחת חינוך". | אויפן ספר זענען געשריבן געווארן מערערע פירושים וואס ערקלערן זיינע ווערטער און דיסקוטירן זיינע מקורות, מערסט באקאנט פון זיי איז "מנחת חינוך". | ||
== הינטערגרונט == | ==הינטערגרונט== | ||
{{הויפט ארטיקל|תרי"ג מצוות}} | {{הויפט ארטיקל|תרי"ג מצוות}} | ||
אין די גמרא ווערט דערמאנט אז דער צאל פון די מצוות אין די תורה איז 613{{הערה|{{בבלי|מכות|כג|ב}}, און נאך}}. אין שפעטערע תקופות | אין די גמרא ווערט דערמאנט אז דער צאל פון די מצוות אין די תורה איז 613{{הערה|{{בבלי|מכות|כג|ב}}, און נאך}}. אין שפעטערע תקופות איז ברייט געפארשט און דעבאטירט געווארן וועלכע פון די מצוות ווערן אריינגערעכנט אין די צאל פון די 613 מצוות, און וועלכע נישט{{הערה|זעט רבי ירוחם פישל פערלא, ספר המצוות לרס"ג, {{אוצר הספרים היהודי|ביאור רי"פ פערלא על ספר המצוות לרס"ג/מבוא/י|מבוא פרק י'}}}}. שוין פון די תקופת הגאונים האבן גרויסע חכמים ווי בעל 'הלכות גדולות', [[רב סעדיה גאון]], און רבי אליהו הזקן, און נאך זיי [[רבי שלמה אבן גבירול]], פארפאסט ליסטעס פון תרי"ג מצוות, צומאל אין פאָרעם פון פיוטים וועלכע ווערן גערופן "אזהרות", וואס פלעגן געזאגט ווערן אום [[שבועות]]. | ||
דער [[רמב"ם]] איז געווען דער ערשטער וואס האט פארפאסט א גאנצער ספר אויף דעם ענין (אין צוגרייטונג צו זיין גרויסן חיבור '[[משנה תורה]]'), און האט דאס גערופן 'ספר המצוות'. אין זיין הקדמה האט ער אוועקגעשטעלט פערצן "שרשים" (כללים), וואס לויט זיי האט ער באשלאסן אויב א ספעציפישער באפעל ווערט גערעכנט צווישן די תרי"ג מצוות אדער נישט. אין דעם חיבור קריגט זיך דער רמב"ם אויף די שיטות פון זיינע פאָרגייער בנוגע די ציילונג פון די מצוות. מיט די צייט, איז דער 'ספר המצוות' אנגענומען געווארן אלס דער שטערקסטער אויטאריטעט איבערן מנין המצוות. ארום הונדערט יאר דערויף האט דער רמב"ן געשריבן השגות אויפ'ן 'ספר המצוות', אין וועלכע ער האט זיך געקריגט אויף טייל פון די שרשים פונעם רמב"ם און אויף זיין ציילונג, און ער באפעסטיגט די פריערדיגע שיטות, ווי דער פונעם בעל 'הלכות גדולות'. ביים ענדע פון זיינע השגות האט ער געמאכט א ליסטע פון עשין און לאוין וואס דער רמב"ם האט אויסגעלאָזט לויט אים. | דער [[רמב"ם]] איז געווען דער ערשטער וואס האט פארפאסט א גאנצער ספר אויף דעם ענין (אין צוגרייטונג צו זיין גרויסן חיבור '[[משנה תורה]]'), און האט דאס גערופן 'ספר המצוות'. אין זיין הקדמה האט ער אוועקגעשטעלט פערצן "שרשים" (כללים), וואס לויט זיי האט ער באשלאסן אויב א ספעציפישער באפעל ווערט גערעכנט צווישן די תרי"ג מצוות אדער נישט. אין דעם חיבור קריגט זיך דער רמב"ם אויף די שיטות פון זיינע פאָרגייער בנוגע די ציילונג פון די מצוות. מיט די צייט, איז דער 'ספר המצוות' אנגענומען געווארן אלס דער שטערקסטער אויטאריטעט איבערן מנין המצוות. ארום הונדערט יאר דערויף האט דער רמב"ן געשריבן השגות אויפ'ן 'ספר המצוות', אין וועלכע ער האט זיך געקריגט אויף טייל פון די שרשים פונעם רמב"ם און אויף זיין ציילונג, און ער באפעסטיגט די פריערדיגע שיטות, ווי דער פונעם בעל 'הלכות גדולות'. ביים ענדע פון זיינע השגות האט ער געמאכט א ליסטע פון עשין און לאוין וואס דער רמב"ם האט אויסגעלאָזט לויט אים. | ||
שורה 29: | שורה 29: | ||
אנדערע ראשונים וואס האבן פארפאסט חיבורים אויף די מצוות זענען די בעלי התוספות: רבי אליעזר ממיץ (ספר יראים), רבי משה מקוצי (ספר מצוות גדול – סמ"ג), און רבי יצחק מקורבייל (ספר מצוות קטן – סמ"ק). | אנדערע ראשונים וואס האבן פארפאסט חיבורים אויף די מצוות זענען די בעלי התוספות: רבי אליעזר ממיץ (ספר יראים), רבי משה מקוצי (ספר מצוות גדול – סמ"ג), און רבי יצחק מקורבייל (ספר מצוות קטן – סמ"ק). | ||
== | ==די מצוות און זייערע טעמים== | ||
דער ספר החינוך איז פארפאסט געווארן א וויילע נאך וואס ס'איז ארויסגעקומען דער ספר ההשגות פונעם רמב"ן אויפ'ן ספר המצוות, און איז למעשה באזירט אויף די דאזיגע צוויי חיבורים. אנהייב פון זיין "סדר ומנין המצוות", זאגט דער חינוך אז ער איז געגאנגען אין די פיסטריט פונעם רמב"ם'ס ציילונג פון די מצוות, אבער די כוונה איז נישט אז איבעראל האט דער חינוך צוגעשטימט מיט'ן רמב"ם. אינעם 'איגרת המחבר' אנהייב ספר, צייכענט דער חינוך אָן אז ער האט זיך אויך פארלאזט אויף די השגות פונעם רמב"ן צום ספר המצוות, און ער רופט אן די השגות "ספר נכבד מאד". אין מערסטנס ערטער וואו דער רמב"ן קריגט אויף דאס ציילן א ספּעציפישער מצוה, ברענגט דער חינוך אויך דער שיטה פונעם רמב"ן אין זיין ביאור אויף די מצוה, און אפטמאל ציטירט ער אים באריכות. ווי אויך שרייבט דער חינוך אויף עטליכע פלעצער קלאָר אז ער בעפארצוגט דעם רמב"ן'ס שיטה איבער דעם רמב"ם'ס{{הערה|למשל {{ספר החינוך|קלח|ללא=שם}}, {{ספר החינוך|קנג|ללא=שם}}}}. פונדעסטוועגן, ווי דער חינוך זאגט אין מצוה קל"ח, האט ער נישט אוועקגענייגט פונעם ציילונג וואס דער רמב"ם האט אוועקגעשטעלט, וויבאלד "הוא באמת סיבתנו בעסק זה, ומידו זכינו לו" – דאס הייסט, דער חיבור פונעם רמב"ם איז למעשה די הויפט באזע אויף וועלכער דער חינוך האט באזירט זיין חיבור. | דער ספר החינוך איז פארפאסט געווארן א וויילע נאך וואס ס'איז ארויסגעקומען דער ספר ההשגות פונעם רמב"ן אויפ'ן ספר המצוות, און איז למעשה באזירט אויף די דאזיגע צוויי חיבורים. אנהייב פון זיין "סדר ומנין המצוות", זאגט דער חינוך אז ער איז געגאנגען אין די פיסטריט פונעם רמב"ם'ס ציילונג פון די מצוות, אבער די כוונה איז נישט אז איבעראל האט דער חינוך צוגעשטימט מיט'ן רמב"ם. אינעם 'איגרת המחבר' אנהייב ספר, צייכענט דער חינוך אָן אז ער האט זיך אויך פארלאזט אויף די השגות פונעם רמב"ן צום ספר המצוות, און ער רופט אן די השגות "ספר נכבד מאד". אין מערסטנס ערטער וואו דער רמב"ן קריגט אויף דאס ציילן א ספּעציפישער מצוה, ברענגט דער חינוך אויך דער שיטה פונעם רמב"ן אין זיין ביאור אויף די מצוה, און אפטמאל ציטירט ער אים באריכות. ווי אויך שרייבט דער חינוך אויף עטליכע פלעצער קלאָר אז ער בעפארצוגט דעם רמב"ן'ס שיטה איבער דעם רמב"ם'ס{{הערה|למשל {{ספר החינוך|קלח|ללא=שם}}, {{ספר החינוך|קנג|ללא=שם}}}}. פונדעסטוועגן, ווי דער חינוך זאגט אין מצוה קל"ח, האט ער נישט אוועקגענייגט פונעם ציילונג וואס דער רמב"ם האט אוועקגעשטעלט, וויבאלד "הוא באמת סיבתנו בעסק זה, ומידו זכינו לו" – דאס הייסט, דער חיבור פונעם רמב"ם איז למעשה די הויפט באזע אויף וועלכער דער חינוך האט באזירט זיין חיבור. | ||
צוויי הויפּט חידושים זענען פארהאן | טראץ וואס דער מחבר ציילט די מצוות אינגאנצן לויט די שיטה פון דער רמב"ם, איז אבער פארהאן איין מצוה וואס ער לייגט צו צום חשבון און ער נעמט אראפ אן אנדערע אנשטאט, דאס איז {{ספר החינוך|תפז|ללא=שם}}, נישט צו מקריב זיין דעם [[קרבן פסח]] אין א במת יחיד. די מצוה ווערט נישט גערעכנט דורכן רמב"ם, וויבאלד עס גייט מער נישט אן נאכ'ן אויפבוי פון [[בית המקדש]] ווען במות זענען שוין סייווי אסור. דער טויש נעמט זיך ווארשיינליך פון א גרייזיגער נוסח אין ספר המצוות פון רמב"ם וואס איז געווען פאר'ן בעל החינוך. אזא נוסח ווערט שוין דערמאנט דורך [[רבי אברהם בן הרמב"ם]], וועלכער שרייבט אז עס איז א טעות{{הערה|מעשה נסים, סימן ב'}}. {{ספר המצוות|לאו|קמח|נאמען=ניין}} פון ספר המצוות, אז א זר זאל נישט עסן קדשי קדשים, איז אויסגעלאזט געווארן פונעם חשבון פון דער חינוך, וועלכער האט עס מעגליך אריינגערעכנט אין {{ספר החינוך|תמה|ללא=שם}} לויט וועלכע א זר טאר נישט עסן אויך פון די קדשים קלים וואס דארף גיין צום כהן{{הערה|מעין החכמה, כה,א}}. | ||
צוויי הויפּט חידושים זענען פארהאן אינעם ספר החינוך, וואס ספּעציאליזירן עס פון ענליכע פריערדיגע חיבורים: דער ערשטער איז, אז אנדערש ווי די אנדערע ראשונים – וועלכע האבן אויסגעשטעלט די מצוות לויט זייער ענין – האט עס דער חינוך מסדר געווען לויט די פרשיות, ווי דער סדר אין וואס זיי שטייען אין די תורה. ער ערקלערט אין די הקדמה דעם טעם דערצו, כדי מען זאל לערנען די מצוות צוזאמען מיט די פרשת השבוע. | |||
דער צווייטער חידוש פונעם מחבר איז זיינע אריגינעלע ערקלערונגען צו די "שרשי המצוות" (טעמים). דער מחבר נעמט אָן אז אלע מצוות זענען פאר א פיזישער אדער גייסטישער תועלת פאר די מענטשן, און צו דערווייטערן יעדן נזק פאר'ן גוף אדער נפש{{הערה|זעט {{ספר החינוך|קנט|ללא=שם}}}}. אין איינקלאנג דערמיט שלאגט דער חינוך פאָר ביי יעדן מצוה דעם תועלת (בעיקר דעם עטישן) וואס איז דא דערין, לויט אים, פאר'ן מענטש. אין זיין הקדמה באטאנט דער חינוך אז דער טעם וואס ער האט געשריבן ביי יעדע מצוה איז בלויז איין טעם פון אסאך, און אויך דאס ביסל איז בגדר א "רמז" – עפעס א געדאנק – און נישט מער, וויבאלד א בשר ודם קען נישט ארומנעמען און פארשטיין די טיפע פנימיות פון קיין שום מצוה פון ה'{{הערה|זעט {{ספר החינוך|תקמה|ללא=שם}}}}. לויט אים איז דער ספר בעיקר געצילט פאר קינדער, כדי זיי זאלן דערין עוסק זיין אין די שבתים אנשטאט פאַרברענגען די צייט, און פאר זיי האט ער געשריבן אביסל פון די שרשי המצוות, כדי צו באליבן אויף זיי דעם קיום המצוות{{הערה|זעט הקדמה און איגרת המחבר, און {{ספר החינוך|קיז|ללא=שם}}}}. | דער צווייטער חידוש פונעם מחבר איז זיינע אריגינעלע ערקלערונגען צו די "שרשי המצוות" (טעמים). דער מחבר נעמט אָן אז אלע מצוות זענען פאר א פיזישער אדער גייסטישער תועלת פאר די מענטשן, און צו דערווייטערן יעדן נזק פאר'ן גוף אדער נפש{{הערה|זעט {{ספר החינוך|קנט|ללא=שם}}}}. אין איינקלאנג דערמיט שלאגט דער חינוך פאָר ביי יעדן מצוה דעם תועלת (בעיקר דעם עטישן) וואס איז דא דערין, לויט אים, פאר'ן מענטש. אין זיין הקדמה באטאנט דער חינוך אז דער טעם וואס ער האט געשריבן ביי יעדע מצוה איז בלויז איין טעם פון אסאך, און אויך דאס ביסל איז בגדר א "רמז" – עפעס א געדאנק – און נישט מער, וויבאלד א בשר ודם קען נישט ארומנעמען און פארשטיין די טיפע פנימיות פון קיין שום מצוה פון ה'{{הערה|זעט {{ספר החינוך|תקמה|ללא=שם}}}}. לויט אים איז דער ספר בעיקר געצילט פאר קינדער, כדי זיי זאלן דערין עוסק זיין אין די שבתים אנשטאט פאַרברענגען די צייט, און פאר זיי האט ער געשריבן אביסל פון די שרשי המצוות, כדי צו באליבן אויף זיי דעם קיום המצוות{{הערה|זעט הקדמה און איגרת המחבר, און {{ספר החינוך|קיז|ללא=שם}}}}. | ||
== געבוי == | ==געבוי== | ||
אינעם איבערוויגנדן מערהייט פון די מצוות, צעטיילט דער חינוך זיין ערקלערונג אין פינף אדער זעקס הויפּט טיילן: | אינעם איבערוויגנדן מערהייט פון די מצוות, צעטיילט דער חינוך זיין ערקלערונג אין פינף אדער זעקס הויפּט טיילן: | ||
# דער '''מהות המצוה'''. דער חינוך הייבט אן יעדע מצוה מיט'ן ברענגען איר מקור פון פסוק, און איז עס מגדיר אין קורצן. דער חלק איז באזירט אויפ'ן לשון פון רמב"ם אין ספר המצוות. אבער פיל מאל פארברייטערט דער חינוך דעם ערקלערונג אין זיין אייגן לשון, און אין עטליכע פלעצער נייגט ער אויך אוועק פונעם דעת הרמב"ם אין די הגדרת המצוה{{הערה|זעט בהרחבה אין שעוועל, מבוא}}. | #דער '''מהות המצוה'''. דער חינוך הייבט אן יעדע מצוה מיט'ן ברענגען איר מקור פון פסוק, און איז עס מגדיר אין קורצן. דער חלק איז באזירט אויפ'ן לשון פון רמב"ם אין ספר המצוות. אבער פיל מאל פארברייטערט דער חינוך דעם ערקלערונג אין זיין אייגן לשון, און אין עטליכע פלעצער נייגט ער אויך אוועק פונעם דעת הרמב"ם אין די הגדרת המצוה{{הערה|זעט בהרחבה אין שעוועל, מבוא}}. | ||
#''' | #"'''מִשֳׁרָשֵׁי המצוה'''". דער חינוך ערקלערט א געוויסער מאָראַלישער תועלת וואס קומט ארויס פון די מצוה. | ||
# "'''דיני המצוה'''". אין דעם טייל געבט דער חינוך אַן אלגעמיינער איבערזיכט פון די הויפט הלכות פון די מצוה, סיי מדאורייתא און סיי מדרבנן. בדרך כלל ענדיגט דער חינוך צו דעם טייל מיט א רעפערענץ צו א פלאץ (אדער פלעצער) אין ש"ס וואו עס ווערט דיסקוטירט די מצוה. | #"'''דיני המצוה'''". אין דעם טייל געבט דער חינוך אַן אלגעמיינער איבערזיכט פון די הויפט הלכות פון די מצוה, סיי מדאורייתא און סיי מדרבנן. בדרך כלל ענדיגט דער חינוך צו דעם טייל מיט א רעפערענץ צו א פלאץ (אדער פלעצער) אין ש"ס וואו עס ווערט דיסקוטירט די מצוה. | ||
# '''באגרעניצונגען''' פונעם מצוה. אין דעם טייל ערקלערט דער חינוך אין קורצן: (א) ווען איז דער מצוה גילטיג – צי איז עס געצוימט צו א ספּעציפישער צייט, אדער איז עס גילטיג "בכל זמן"; (ב) וואו איז דער מצוה גילטיג – צי דווקא אין ספּעציפישע פּלעצער, אדער "בכל מקום"; (ג) ווער איז מחויב אין די מצוה – צי בלויז ספּעציפישע מענטשן, אדער "כל אדם". | #'''באגרעניצונגען''' פונעם מצוה. אין דעם טייל ערקלערט דער חינוך אין קורצן: (א) ווען איז דער מצוה גילטיג – צי איז עס געצוימט צו א ספּעציפישער צייט, אדער איז עס גילטיג "בכל זמן"; (ב) וואו איז דער מצוה גילטיג – צי דווקא אין ספּעציפישע פּלעצער, אדער "בכל מקום"; (ג) ווער איז מחויב אין די מצוה – צי בלויז ספּעציפישע מענטשן, אדער "כל אדם". | ||
# דער '''עונש'''. דא ערקלערט ער אין געציילטע ווערטער, וואס איז דער שטראף (בידי אדם אדער בידי שמים) פאר ווער ס'איז עובר אויף דעם מצוה: צי קומט אים קיין עונש, מלקות, מיתה, כרת, וכדומה. | #דער '''עונש'''. דא ערקלערט ער אין געציילטע ווערטער, וואס איז דער שטראף (בידי אדם אדער בידי שמים) פאר ווער ס'איז עובר אויף דעם מצוה: צי קומט אים קיין עונש, מלקות, מיתה, כרת, וכדומה. | ||
# '''מחלוקת''' איבער די מצוה. אין פעלער וואו דער רמב"ן קריגט אויפ'ן רמב"ם אויב א געוויסער אַקט ווערט גערעכנט אין די תרי"ג מצוות – באציט זיך דער חינוך צו דעם מחלוקת. צומאל איז ער אויך דן אין דעם אויף א ברייטערן פארנעם. | #'''מחלוקת''' איבער די מצוה. אין פעלער וואו דער רמב"ן קריגט אויפ'ן רמב"ם אויב א געוויסער אַקט ווערט גערעכנט אין די תרי"ג מצוות – באציט זיך דער חינוך צו דעם מחלוקת. צומאל איז ער אויך דן אין דעם אויף א ברייטערן פארנעם. | ||
אינעם אריגינעלן כתב יד האט דער חינוך צעטיילט די 'עשין' און 'לאוין' אין יעדן פרשה אין באזונדערע גרופעס. אבער אנגעהויבן פונעם פערטן דרוק, א חומש געדריקט דורך די [[פרופס]] ברידער אין אמסטערדאם תקכ"ז, האבן די ארויסגעבער געענדערט דעם סדר און האבן געדרוקט די עשין און לאוין אויסגעמישט, לויט ווי זיי ערשיינען אין די תורה. דער שפעטערער סדר איז למעשה אנגענומען געווארן אין כמעט אלע נייערע דרוקן{{הערה|{{צ-זשורנאל|אלי' גענויער|An Obscure Chumash Changes the Sefer HaChinuch Forever|Seforim Blog|קישור=https://seforimblog.com/2024/04/an-obscure-chumash-changes-the-sefer-hachinuch-forever/}}}}. | אינעם אריגינעלן כתב יד האט דער חינוך צעטיילט די 'עשין' און 'לאוין' אין יעדן פרשה אין באזונדערע גרופעס. אבער אנגעהויבן פונעם פערטן דרוק, א חומש געדריקט דורך די [[פרופס]] ברידער אין אמסטערדאם תקכ"ז, האבן די ארויסגעבער געענדערט דעם סדר און האבן געדרוקט די עשין און לאוין אויסגעמישט, לויט ווי זיי ערשיינען אין די תורה. דער שפעטערער סדר איז למעשה אנגענומען געווארן אין כמעט אלע נייערע דרוקן{{הערה|{{צ-זשורנאל|אלי' גענויער|An Obscure Chumash Changes the Sefer HaChinuch Forever|Seforim Blog|קישור=https://seforimblog.com/2024/04/an-obscure-chumash-changes-the-sefer-hachinuch-forever/}}}}. | ||
==פארפאסער== | |||
== פארפאסער == | |||
עס איז נישט באוואוסט ווער עס האט פארפאסט דעם ספר החינוך. דער מחבר האט באהאלטן זיין נאמען, און האט נאר געשריבן ביים ענדע פון זיין אריינפיר אז ער איז "איש יהודי מבית לוי, [[בארצעלאנע|ברצלוני]]". אויך ברענגט ער אסאך מאל בשם זיין רבי'ן, נישט דערמאנענדיג צו וועמען דאס באציט זיך. אויפ'ן שער בלאט פונעם ערשטן דרוק, ווענעציע רפ"ג, שרייבט דער מגיה (רבי יעקב ב"ר חיים) אז דער נאמען פון מחבר איז אהרן, און געוויסע האבן דאס אויך ארויסגענומען פון די ווערטער פון חינוך אנהייב {{ספר החינוך|צה|ללא=שם}} ("…והלוים אחַי הטהרו, וינף אהרן אותם תנופה וכו'"){{הערה|דער מגיה אינעם צווייטן דרוק ([https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=23655&pagenum=76 ווענעציע ש"ס]) האט דארט אריינגעשטעלט א הערה אז דער מחבר דייט אן אז זיין נאמען איז אהרן}}, און מען האט אים אידענטיפיצירט אלס [[רא"ה|רבי אהרן הלוי]] פון בארצעלאנע (דער רא"ה), א תלמיד פון רמב"ן. אזוי האבן געהאַלטן עטליכע פון די גרויסע אחרונים, צווישן זיי דער [[רבי שבתי הכהן|ש"ך]]{{הערה|{{שלחן ערוך|יורה דעה|כה|מפרש=ש"ך|סק=ב}}; {{שלחן ערוך|יורה דעה|ע|מפרש=ש"ך|סק=לג|אן=ביידע}}}}, יד מלאכי{{הערה|{{היברובוקס|2=יד מלאכי|3=32532|page=52|באנד=ב|לינק טעקסט=כללי שאר המחברים והמפרשים כג}}}}, פרי מגדים{{הערה|הקדמה צום משבצות זהב}}, און [[רבי עקיבא אייגער]]{{הערה|תשובות רעק"א קכט, און קסט}}. | עס איז נישט באוואוסט ווער עס האט פארפאסט דעם ספר החינוך. דער מחבר האט באהאלטן זיין נאמען, און האט נאר געשריבן ביים ענדע פון זיין אריינפיר אז ער איז "איש יהודי מבית לוי, [[בארצעלאנע|ברצלוני]]". אויך ברענגט ער אסאך מאל בשם זיין רבי'ן, נישט דערמאנענדיג צו וועמען דאס באציט זיך. אויפ'ן שער בלאט פונעם ערשטן דרוק, ווענעציע רפ"ג, שרייבט דער מגיה (רבי יעקב ב"ר חיים) אז דער נאמען פון מחבר איז אהרן, און געוויסע האבן דאס אויך ארויסגענומען פון די ווערטער פון חינוך אנהייב {{ספר החינוך|צה|ללא=שם}} ("…והלוים אחַי הטהרו, וינף אהרן אותם תנופה וכו'"){{הערה|דער מגיה אינעם צווייטן דרוק ([https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=23655&pagenum=76 ווענעציע ש"ס]) האט דארט אריינגעשטעלט א הערה אז דער מחבר דייט אן אז זיין נאמען איז אהרן}}, און מען האט אים אידענטיפיצירט אלס [[רא"ה|רבי אהרן הלוי]] פון בארצעלאנע (דער רא"ה), א תלמיד פון רמב"ן. אזוי האבן געהאַלטן עטליכע פון די גרויסע אחרונים, צווישן זיי דער [[רבי שבתי הכהן|ש"ך]]{{הערה|{{שלחן ערוך|יורה דעה|כה|מפרש=ש"ך|סק=ב}}; {{שלחן ערוך|יורה דעה|ע|מפרש=ש"ך|סק=לג|אן=ביידע}}}}, יד מלאכי{{הערה|{{היברובוקס|2=יד מלאכי|3=32532|page=52|באנד=ב|לינק טעקסט=כללי שאר המחברים והמפרשים כג}}}}, פרי מגדים{{הערה|הקדמה צום משבצות זהב}}, און [[רבי עקיבא אייגער]]{{הערה|תשובות רעק"א קכט, און קסט}}. | ||
אבער דער חיד"א אין [[שם הגדולים]]{{הערה|{{שם הגדולים|סופרים|א|קלב|רבינו אהרן הלוי}}}} צווייפלט אין דעם אידענטיפיקאציע, צווישן אנדערע צוליב די סתירות צווישן די ווערטער פון ספר החינוך און די ווערק פונעם רא"ה. אויך אין די היינטיגע פארשונג איז אנגענומען אז דער מחבר איז נישט דער רא"ה. פארהאן וואס שרייבן צו דעם חיבור צום עלטערן ברודער פונעם רא"ה, רבי פינחס הלוי{{הערה|{{צ-זשורנאל|ישראל משה תא שמע|מחברו האמיתי של ספר "החינוך"|קרית ספר|עמ=787–790|שנת הוצאה=תשם|קישור=https://bookreader.nli.org.il/NliBookViewer/?ie_pid=IE45587486&_gl=1*bjpouq*_ga*MTM4ODM5MDk4My4xNzEzNzIxNzE3*_ga_8P5PPG5E6Z*MTcxNDA5OTAxMS4yLjEuMTcxNDEwMDU0MS41Ny4wLjA.*_ga_4207HLQSXF*MTcxNDA5OTAxMS4yLjEuMTcxNDEwMDU0MS41Ny4wLjA.*_ga_8PQRSYT854*MTcxNDA5OTAxMS4yLjEuMTcxNDEwMDU0MS41Ny4wLjA.#page/n0/mode/2up}}}}{{הערה|משה הרשלר, חידושי הריטב"א למסכת ברכות, מוסד הרב קוק תשמ"ד, עמ' רח, הערה 165}}{{הערה|{{היברובוקס|יוסף אברמסון|המעין|58470|page=69|קעפל=עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך|באנד=מה ד|שנת הוצאה=תמוז תשס"ה|עמ=67}}}}. אנדערע ווענדן עס אפּ, און ברענגען ראיות צו די ווערטער פון [[רבי אפרים זלמן מרגליות]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אפרים זלמן מרגלית|ראש אפרים|7355|page=562|באנד=ד|מקום הוצאה=ווארשע|שנת הוצאה=תרמ"ד|עמ=דף מג א|קונטרס הראיות, סי' לט ג}}}} אז דאס איז נישט פארפאסט געווארן דורך דער רא"ה (א תלמיד פון רמב"ן), נאר דורך א תלמיד פון רשב"א{{הערה|שם=מצגר|הרב דוד מצגר, [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=53240#p=26 הקדמה למנחת חינוך, מהדורת מכון ירושלים]}}{{הערה|{{היברובוקס|יעקב שמואל שפיגל|המעין|58470|page=73|קעפל=עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך|באנד=מה ד|שנת הוצאה=תמוז תשס"ה|עמ=71}}}}. אנדערע שלאגן פאר אז דער מחבר איז גאר דער [[רשב"א]] זעלבסט{{הערה|{{אוצר החכמה|הרב אברהם ישעיהו וויינטרויב|מוריה|108136|page=125|קעפל=מאמר אודות ספר החינוך|באנד=שנה כה ג-ה}}}}. למעשה איז די מיסטעריע פונעם מחבר'ס אידענטיטעט נישט געלייזט געווארן. | אבער דער חיד"א אין [[שם הגדולים]]{{הערה|{{שם הגדולים|סופרים|א|קלב|רבינו אהרן הלוי}}}} צווייפלט אין דעם אידענטיפיקאציע, צווישן אנדערע צוליב די סתירות צווישן די ווערטער פון ספר החינוך און די ווערק פונעם רא"ה. אויך אין די היינטיגע פארשונג איז אנגענומען אז דער מחבר איז נישט דער רא"ה. פארהאן וואס שרייבן צו דעם חיבור צום עלטערן ברודער פונעם רא"ה, רבי פינחס הלוי{{הערה|{{צ-זשורנאל|ישראל משה תא שמע|מחברו האמיתי של ספר "החינוך"|קרית ספר|עמ=787–790|שנת הוצאה=תשם|קישור=https://bookreader.nli.org.il/NliBookViewer/?ie_pid=IE45587486&_gl=1*bjpouq*_ga*MTM4ODM5MDk4My4xNzEzNzIxNzE3*_ga_8P5PPG5E6Z*MTcxNDA5OTAxMS4yLjEuMTcxNDEwMDU0MS41Ny4wLjA.*_ga_4207HLQSXF*MTcxNDA5OTAxMS4yLjEuMTcxNDEwMDU0MS41Ny4wLjA.*_ga_8PQRSYT854*MTcxNDA5OTAxMS4yLjEuMTcxNDEwMDU0MS41Ny4wLjA.#page/n0/mode/2up}}}}{{הערה|משה הרשלר, חידושי הריטב"א למסכת ברכות, מוסד הרב קוק תשמ"ד, עמ' רח, הערה 165}}{{הערה|{{היברובוקס|יוסף אברמסון|המעין|58470|page=69|קעפל=עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך|באנד=מה ד|שנת הוצאה=תמוז תשס"ה|עמ=67}}}}. אנדערע ווענדן עס אפּ, און ברענגען ראיות צו די ווערטער פון [[רבי אפרים זלמן מרגליות]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אפרים זלמן מרגלית|ראש אפרים|7355|page=562|באנד=ד|מקום הוצאה=ווארשע|שנת הוצאה=תרמ"ד|עמ=דף מג א|קונטרס הראיות, סי' לט ג}}}} אז דאס איז נישט פארפאסט געווארן דורך דער רא"ה (א תלמיד פון רמב"ן), נאר דורך א תלמיד פון זיין בר פלוגתא דער רשב"א{{הערה|שם=מצגר|הרב דוד מצגר, [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=53240#p=26 הקדמה למנחת חינוך, מהדורת מכון ירושלים]}}{{הערה|{{היברובוקס|יעקב שמואל שפיגל|המעין|58470|page=73|קעפל=עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך|באנד=מה ד|שנת הוצאה=תמוז תשס"ה|עמ=71}}}}. אנדערע שלאגן פאר אז דער מחבר איז גאר דער [[רשב"א]] זעלבסט{{הערה|{{אוצר החכמה|הרב אברהם ישעיהו וויינטרויב|מוריה|108136|page=125|קעפל=מאמר אודות ספר החינוך|באנד=שנה כה ג-ה}}}}. למעשה איז די מיסטעריע פונעם מחבר'ס אידענטיטעט נישט געלייזט געווארן. | ||
אויף איין ארט דערמאנט דער מחבר די יארן [[ה'י"ז]]-[[ה'י"ח|י"ח]] אלס שמיטה יארן לויט פארשידענע שיטות{{הערה|{{ספר החינוך|של|ללא=שם}}}}, א מעגליכע אנדייטונג אז דער ספר איז געשריבן געווארן נאנט צו די יארן. דאס ברענגט א שוועריגקייט, ווייל דער רמב"ן - וועלכער ווערט אפט דערמאנט אין ספר ווי איינער וואס לעבט שוין נישט - איז נפטר געווארן נישט פריער ווי [[ה'ל']]. טייל שפעקולירן אז די יארן זענען א טעות און דער מחבר האט געשריבן שפעטערע יארן, אדער פארקערט, אז דער ברכת המתים צום רמב"ן איז צוגעלייגט געווארן שפעטער{{הערה|שם=מצגר}}. | אויף איין ארט דערמאנט דער מחבר די יארן [[ה'י"ז]]-[[ה'י"ח|י"ח]] אלס שמיטה יארן לויט פארשידענע שיטות{{הערה|{{ספר החינוך|של|ללא=שם}}}}, א מעגליכע אנדייטונג אז דער ספר איז געשריבן געווארן נאנט צו די יארן. דאס ברענגט א שוועריגקייט, ווייל דער רמב"ן - וועלכער ווערט אפט דערמאנט אין ספר ווי איינער וואס לעבט שוין נישט - איז נפטר געווארן נישט פריער ווי [[ה'ל']]. טייל שפעקולירן אז די יארן זענען א טעות און דער מחבר האט געשריבן שפעטערע יארן, אדער פארקערט, אז דער ברכת המתים צום רמב"ן איז צוגעלייגט געווארן שפעטער{{הערה|שם=מצגר}}. | ||
שורה 63: | שורה 58: | ||
לויט ווי דער מחבר שרייבט, האט ער אויך געשריבן חידושים אויף [[מסכת ביצה]]{{הערה|{{ספר החינוך|רצח|ללא=שם}}}}. | לויט ווי דער מחבר שרייבט, האט ער אויך געשריבן חידושים אויף [[מסכת ביצה]]{{הערה|{{ספר החינוך|רצח|ללא=שם}}}}. | ||
דוד | דוד ראָזין שפעקולירט אז דער מחבר האט זיך געשפייזט פון לערנען תורה מיט קינדער{{הערה|דוד ראזען, ''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.32044054391073&seq=93 Ein Compendium der jüdischen Gesetzeskunde aus dem vierzehnten Jahrhundert]'', ברעסלוי: Schletter'sche Buchhandlung (H. Skutsch), 1871 {{לינקשפראך|דייטש}}, עמ' 83}}. עס איז נישט פארהאן קיין באגרינדטע ידיעה איבער דאס יאר פון זיין פטירה{{הערה|[[שלמה מונק]] שרייבט, אן קיין מקור, אז ער איז נפטר געווארן [[ה'נ"ג]].}}. | ||
==אויפנאמע== | ==אויפנאמע== | ||
שורה 73: | שורה 68: | ||
==אויפלאגעס און פירושים== | ==אויפלאגעס און פירושים== | ||
# [https://beta.hebrewbooks.org/45030 ווענעציע, רפ"ג] – דורך דניאל באמבערג | #[https://beta.hebrewbooks.org/45030 ווענעציע, רפ"ג] – דורך דניאל באמבערג | ||
# [https://beta.hebrewbooks.org/11522 ווענעציע, ש"ס] – מיט אן הקדמה דורך [[רבי יהודה אריה די מודינא]] | #[https://beta.hebrewbooks.org/11522 ווענעציע, ש"ס] – מיט אן הקדמה דורך [[רבי יהודה אריה די מודינא]] | ||
# [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=152798 אמסטערדאם, תע"ו] | #[https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=152798 אמסטערדאם, תע"ו] | ||
# אמסטערדאם, תקכ"ז, אין חומש 'תקון סופרים', דורך די [[פרופס]] ברידער, מיט הגהות אויפ'ן חינוך דורך [[רבי יהודה רוזאניס]], בעל משנה למלך | #אמסטערדאם, תקכ"ז, אין חומש 'תקון סופרים', דורך די [[פרופס]] ברידער, מיט הגהות אויפ'ן חינוך דורך [[רבי יהודה רוזאניס]], בעל משנה למלך | ||
# [https://beta.hebrewbooks.org/46942 פראנקפורט, תקמ"ג] – מיט א צאל שינויים | #[https://beta.hebrewbooks.org/46942 פראנקפורט, תקמ"ג] – מיט א צאל שינויים | ||
# [https://beta.hebrewbooks.org/38670 ברין, תקנ"ט] – מיט א הסכמה פון [[רבי מרדכי בנעט]] | #[https://beta.hebrewbooks.org/38670 ברין, תקנ"ט] – מיט א הסכמה פון [[רבי מרדכי בנעט]] | ||
# וויען, תקפ"ז – מיט הגהות פון [[רבי ישעיה פיק בערלין]] | #וויען, תקפ"ז – מיט הגהות פון [[רבי ישעיה פיק בערלין]] | ||
שפעטערדיגע מערקווירדיגע דרוקן רעכענען אריין: | שפעטערדיגע מערקווירדיגע דרוקן רעכענען אריין: | ||
:* לעמבערג, תרכ"ט – מיט'ן בארימטן ביאור 'מנחת חינוך' דורך [[רבי יוסף באב"ד]], טארנאפאלער רב, וועלכע פארטיפט זיך אויך אין די דיני המצוות | :*לעמבערג, תרכ"ט – מיט'ן בארימטן ביאור 'מנחת חינוך' דורך [[רבי יוסף באב"ד]], טארנאפאלער רב, וועלכע פארטיפט זיך אויך אין די דיני המצוות | ||
:* [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=19076 ווילנא תרס"ח], [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=10307 תרס"ט], און [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=19078 תר"ע] – 3 | :*[https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=19076 ווילנא תרס"ח], [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=10307 תרס"ט], און [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=19078 תר"ע] – 3 בענדער מיט'ן פירוש מנחת יצחק דורך רבי יצחק הכהן אראנאווסקי | ||
:* מהדורת [[ארטסקרול]] – 7 | :*מהדורת מכון ירושלים, 3 בענדער, מיט'ן 'מנחת חינוך' | ||
:*מהדורת [[ארטסקרול]] – 7 בענדער, מיט קורצע און לאנגע ביאורים | |||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* {{שיתופתא בשורה|Sefer_HaChinukh/1|אינהאלט=יא}} | *{{שיתופתא בשורה|Sefer_HaChinukh/1|אינהאלט=יא}} | ||
* [https://digi.vatlib.it/view/MSS_Vat.ebr.163 מאנוסקריפט פון ספר החינוך], פון ה'צ"ג (לויט'ן [https://digi.vatlib.it/view/MSS_Vat.ebr.163/0549 קאָלאָפאָן]), אינעם וואטיקאן ביבליאטעק | *{{ויקיטקסט בשורה|1=ספר החינוך|3=טעקסט פון פרנקפורט און ויניציה אויפלאגעס}} | ||
*[https://digi.vatlib.it/view/MSS_Vat.ebr.163 מאנוסקריפט פון ספר החינוך], פון ה'צ"ג (לויט'ן [https://digi.vatlib.it/view/MSS_Vat.ebr.163/0549 קאָלאָפאָן]), אינעם וואטיקאן ביבליאטעק | |||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
* חיים דוד שעוועל, [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=40631#p=6 מבוא צום ספר החינוך], ירושלים: מוסד הרב קוק, תש"כ | *חיים דוד שעוועל, [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=40631#p=6 מבוא צום ספר החינוך], ירושלים: מוסד הרב קוק, תש"כ | ||
* הרב משה לייטער, [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=8776&pagenum=4 הקדמה לספר השלמה על מנחת חינוך] | *הרב משה לייטער, [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=8776&pagenum=4 הקדמה לספר השלמה על מנחת חינוך] | ||
* הרב דוד מצגר, [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=53240#p=26 | *הרב דוד מצגר, [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=53240#p=26 ספר החינוך ומחברו] אין אנהויב פון מנחת חינוך מהדורת מכון ירושלים | ||
* דוד ראזען, ''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.32044054391073&seq=7 Ein Compendium der jüdischen Gesetzeskunde aus dem vierzehnten Jahrhundert]'', ברעסלוי: Schletter'sche Buchhandlung (H. Skutsch), 1871 {{לינקשפראך|דייטש}} | *דוד ראזען, ''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.32044054391073&seq=7 Ein Compendium der jüdischen Gesetzeskunde aus dem vierzehnten Jahrhundert]'', ברעסלוי: Schletter'sche Buchhandlung (H. Skutsch), 1871 {{לינקשפראך|דייטש}} | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[קאַטעגאָריע:ספרי | [[קאַטעגאָריע:ספרי מצוות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ווערק פון אומבאקאנטע פארפאסער]] | [[קאַטעגאָריע:ווערק פון אומבאקאנטע פארפאסער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ראשונים]] | [[קאַטעגאָריע:ראשונים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
{{אבן הפינה ארטיקל}} | |||
[[he:ספר החינוך]] | [[he:ספר החינוך]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:34, 11 נאוועמבער 2024
ספר החינוך, אויפלאגע דורך מוסד הרב קוק | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | נישט באקאנט (מיוחס דורך טייל צום רא"ה) |
סוגה | ספר מצוות |
נושא | הלכה |
תקופת התרחשות | יארן ה' אלפים - ה'צ"ט |
נאך אויסגאבעס | |
דאטום פון ערשטער אויסגאבע | דפוס ווענעציע, רפ"ג |
תאריך נאך אויסגאבעס | דפוס פראנקפורט, תקמ"ב |
פרשנים | מנחת חינוך |
מקורות לכתיבת הספר | ספר המצוות להרמב"ם |
דרויסנדיגע לינקס | |
וויקיטעקסט | ספר החינוך |
היברובוקס | 40631 |
ספר החינוך איז א ספר וואס רעכנט אויס די תרי"ג מצוות פון די תורה, וואס איז געשריבן געווארן אין די תקופת הראשונים אין א המשך צו א צאל אנדערע חיבורים וועלכע רעכענען אויס די מצוות, א שטייגער ווי ספר המצוות להרמב"ם, יראים, סמ"ג און סמ"ק.
אנדערש ווי זיינע פארגייער ערקלערט דער חינוך אויך די טעמים פון די מצוות, אירע דינים, עונשים אויפ'ן דאס נישט מקיים זיין, און נאך פרטים. דער מחבר באזירט זיך אויף דער ציילונג פונעם רמב"ם. אויף רוב פון די מצוות וואו דער רמב"ן קריגט זיך, ברענגט דער מחבר אראפ זיינע רייד און נעמט אן ווי אים, כאטש ער טוישט נישט דעם ציילונג.
אויפן ספר זענען געשריבן געווארן מערערע פירושים וואס ערקלערן זיינע ווערטער און דיסקוטירן זיינע מקורות, מערסט באקאנט פון זיי איז "מנחת חינוך".
הינטערגרונט
אין די גמרא ווערט דערמאנט אז דער צאל פון די מצוות אין די תורה איז 613[1]. אין שפעטערע תקופות איז ברייט געפארשט און דעבאטירט געווארן וועלכע פון די מצוות ווערן אריינגערעכנט אין די צאל פון די 613 מצוות, און וועלכע נישט[2]. שוין פון די תקופת הגאונים האבן גרויסע חכמים ווי בעל 'הלכות גדולות', רב סעדיה גאון, און רבי אליהו הזקן, און נאך זיי רבי שלמה אבן גבירול, פארפאסט ליסטעס פון תרי"ג מצוות, צומאל אין פאָרעם פון פיוטים וועלכע ווערן גערופן "אזהרות", וואס פלעגן געזאגט ווערן אום שבועות.
דער רמב"ם איז געווען דער ערשטער וואס האט פארפאסט א גאנצער ספר אויף דעם ענין (אין צוגרייטונג צו זיין גרויסן חיבור 'משנה תורה'), און האט דאס גערופן 'ספר המצוות'. אין זיין הקדמה האט ער אוועקגעשטעלט פערצן "שרשים" (כללים), וואס לויט זיי האט ער באשלאסן אויב א ספעציפישער באפעל ווערט גערעכנט צווישן די תרי"ג מצוות אדער נישט. אין דעם חיבור קריגט זיך דער רמב"ם אויף די שיטות פון זיינע פאָרגייער בנוגע די ציילונג פון די מצוות. מיט די צייט, איז דער 'ספר המצוות' אנגענומען געווארן אלס דער שטערקסטער אויטאריטעט איבערן מנין המצוות. ארום הונדערט יאר דערויף האט דער רמב"ן געשריבן השגות אויפ'ן 'ספר המצוות', אין וועלכע ער האט זיך געקריגט אויף טייל פון די שרשים פונעם רמב"ם און אויף זיין ציילונג, און ער באפעסטיגט די פריערדיגע שיטות, ווי דער פונעם בעל 'הלכות גדולות'. ביים ענדע פון זיינע השגות האט ער געמאכט א ליסטע פון עשין און לאוין וואס דער רמב"ם האט אויסגעלאָזט לויט אים.
אנדערע ראשונים וואס האבן פארפאסט חיבורים אויף די מצוות זענען די בעלי התוספות: רבי אליעזר ממיץ (ספר יראים), רבי משה מקוצי (ספר מצוות גדול – סמ"ג), און רבי יצחק מקורבייל (ספר מצוות קטן – סמ"ק).
די מצוות און זייערע טעמים
דער ספר החינוך איז פארפאסט געווארן א וויילע נאך וואס ס'איז ארויסגעקומען דער ספר ההשגות פונעם רמב"ן אויפ'ן ספר המצוות, און איז למעשה באזירט אויף די דאזיגע צוויי חיבורים. אנהייב פון זיין "סדר ומנין המצוות", זאגט דער חינוך אז ער איז געגאנגען אין די פיסטריט פונעם רמב"ם'ס ציילונג פון די מצוות, אבער די כוונה איז נישט אז איבעראל האט דער חינוך צוגעשטימט מיט'ן רמב"ם. אינעם 'איגרת המחבר' אנהייב ספר, צייכענט דער חינוך אָן אז ער האט זיך אויך פארלאזט אויף די השגות פונעם רמב"ן צום ספר המצוות, און ער רופט אן די השגות "ספר נכבד מאד". אין מערסטנס ערטער וואו דער רמב"ן קריגט אויף דאס ציילן א ספּעציפישער מצוה, ברענגט דער חינוך אויך דער שיטה פונעם רמב"ן אין זיין ביאור אויף די מצוה, און אפטמאל ציטירט ער אים באריכות. ווי אויך שרייבט דער חינוך אויף עטליכע פלעצער קלאָר אז ער בעפארצוגט דעם רמב"ן'ס שיטה איבער דעם רמב"ם'ס[3]. פונדעסטוועגן, ווי דער חינוך זאגט אין מצוה קל"ח, האט ער נישט אוועקגענייגט פונעם ציילונג וואס דער רמב"ם האט אוועקגעשטעלט, וויבאלד "הוא באמת סיבתנו בעסק זה, ומידו זכינו לו" – דאס הייסט, דער חיבור פונעם רמב"ם איז למעשה די הויפט באזע אויף וועלכער דער חינוך האט באזירט זיין חיבור.
טראץ וואס דער מחבר ציילט די מצוות אינגאנצן לויט די שיטה פון דער רמב"ם, איז אבער פארהאן איין מצוה וואס ער לייגט צו צום חשבון און ער נעמט אראפ אן אנדערע אנשטאט, דאס איז מצוה תפ"ז, נישט צו מקריב זיין דעם קרבן פסח אין א במת יחיד. די מצוה ווערט נישט גערעכנט דורכן רמב"ם, וויבאלד עס גייט מער נישט אן נאכ'ן אויפבוי פון בית המקדש ווען במות זענען שוין סייווי אסור. דער טויש נעמט זיך ווארשיינליך פון א גרייזיגער נוסח אין ספר המצוות פון רמב"ם וואס איז געווען פאר'ן בעל החינוך. אזא נוסח ווערט שוין דערמאנט דורך רבי אברהם בן הרמב"ם, וועלכער שרייבט אז עס איז א טעות[4]. לאו קמ"ח פון ספר המצוות, אז א זר זאל נישט עסן קדשי קדשים, איז אויסגעלאזט געווארן פונעם חשבון פון דער חינוך, וועלכער האט עס מעגליך אריינגערעכנט אין מצוה תמ"ה לויט וועלכע א זר טאר נישט עסן אויך פון די קדשים קלים וואס דארף גיין צום כהן[5].
צוויי הויפּט חידושים זענען פארהאן אינעם ספר החינוך, וואס ספּעציאליזירן עס פון ענליכע פריערדיגע חיבורים: דער ערשטער איז, אז אנדערש ווי די אנדערע ראשונים – וועלכע האבן אויסגעשטעלט די מצוות לויט זייער ענין – האט עס דער חינוך מסדר געווען לויט די פרשיות, ווי דער סדר אין וואס זיי שטייען אין די תורה. ער ערקלערט אין די הקדמה דעם טעם דערצו, כדי מען זאל לערנען די מצוות צוזאמען מיט די פרשת השבוע.
דער צווייטער חידוש פונעם מחבר איז זיינע אריגינעלע ערקלערונגען צו די "שרשי המצוות" (טעמים). דער מחבר נעמט אָן אז אלע מצוות זענען פאר א פיזישער אדער גייסטישער תועלת פאר די מענטשן, און צו דערווייטערן יעדן נזק פאר'ן גוף אדער נפש[6]. אין איינקלאנג דערמיט שלאגט דער חינוך פאָר ביי יעדן מצוה דעם תועלת (בעיקר דעם עטישן) וואס איז דא דערין, לויט אים, פאר'ן מענטש. אין זיין הקדמה באטאנט דער חינוך אז דער טעם וואס ער האט געשריבן ביי יעדע מצוה איז בלויז איין טעם פון אסאך, און אויך דאס ביסל איז בגדר א "רמז" – עפעס א געדאנק – און נישט מער, וויבאלד א בשר ודם קען נישט ארומנעמען און פארשטיין די טיפע פנימיות פון קיין שום מצוה פון ה'[7]. לויט אים איז דער ספר בעיקר געצילט פאר קינדער, כדי זיי זאלן דערין עוסק זיין אין די שבתים אנשטאט פאַרברענגען די צייט, און פאר זיי האט ער געשריבן אביסל פון די שרשי המצוות, כדי צו באליבן אויף זיי דעם קיום המצוות[8].
געבוי
אינעם איבערוויגנדן מערהייט פון די מצוות, צעטיילט דער חינוך זיין ערקלערונג אין פינף אדער זעקס הויפּט טיילן:
- דער מהות המצוה. דער חינוך הייבט אן יעדע מצוה מיט'ן ברענגען איר מקור פון פסוק, און איז עס מגדיר אין קורצן. דער חלק איז באזירט אויפ'ן לשון פון רמב"ם אין ספר המצוות. אבער פיל מאל פארברייטערט דער חינוך דעם ערקלערונג אין זיין אייגן לשון, און אין עטליכע פלעצער נייגט ער אויך אוועק פונעם דעת הרמב"ם אין די הגדרת המצוה[9].
- "מִשֳׁרָשֵׁי המצוה". דער חינוך ערקלערט א געוויסער מאָראַלישער תועלת וואס קומט ארויס פון די מצוה.
- "דיני המצוה". אין דעם טייל געבט דער חינוך אַן אלגעמיינער איבערזיכט פון די הויפט הלכות פון די מצוה, סיי מדאורייתא און סיי מדרבנן. בדרך כלל ענדיגט דער חינוך צו דעם טייל מיט א רעפערענץ צו א פלאץ (אדער פלעצער) אין ש"ס וואו עס ווערט דיסקוטירט די מצוה.
- באגרעניצונגען פונעם מצוה. אין דעם טייל ערקלערט דער חינוך אין קורצן: (א) ווען איז דער מצוה גילטיג – צי איז עס געצוימט צו א ספּעציפישער צייט, אדער איז עס גילטיג "בכל זמן"; (ב) וואו איז דער מצוה גילטיג – צי דווקא אין ספּעציפישע פּלעצער, אדער "בכל מקום"; (ג) ווער איז מחויב אין די מצוה – צי בלויז ספּעציפישע מענטשן, אדער "כל אדם".
- דער עונש. דא ערקלערט ער אין געציילטע ווערטער, וואס איז דער שטראף (בידי אדם אדער בידי שמים) פאר ווער ס'איז עובר אויף דעם מצוה: צי קומט אים קיין עונש, מלקות, מיתה, כרת, וכדומה.
- מחלוקת איבער די מצוה. אין פעלער וואו דער רמב"ן קריגט אויפ'ן רמב"ם אויב א געוויסער אַקט ווערט גערעכנט אין די תרי"ג מצוות – באציט זיך דער חינוך צו דעם מחלוקת. צומאל איז ער אויך דן אין דעם אויף א ברייטערן פארנעם.
אינעם אריגינעלן כתב יד האט דער חינוך צעטיילט די 'עשין' און 'לאוין' אין יעדן פרשה אין באזונדערע גרופעס. אבער אנגעהויבן פונעם פערטן דרוק, א חומש געדריקט דורך די פרופס ברידער אין אמסטערדאם תקכ"ז, האבן די ארויסגעבער געענדערט דעם סדר און האבן געדרוקט די עשין און לאוין אויסגעמישט, לויט ווי זיי ערשיינען אין די תורה. דער שפעטערער סדר איז למעשה אנגענומען געווארן אין כמעט אלע נייערע דרוקן[10].
פארפאסער
עס איז נישט באוואוסט ווער עס האט פארפאסט דעם ספר החינוך. דער מחבר האט באהאלטן זיין נאמען, און האט נאר געשריבן ביים ענדע פון זיין אריינפיר אז ער איז "איש יהודי מבית לוי, ברצלוני". אויך ברענגט ער אסאך מאל בשם זיין רבי'ן, נישט דערמאנענדיג צו וועמען דאס באציט זיך. אויפ'ן שער בלאט פונעם ערשטן דרוק, ווענעציע רפ"ג, שרייבט דער מגיה (רבי יעקב ב"ר חיים) אז דער נאמען פון מחבר איז אהרן, און געוויסע האבן דאס אויך ארויסגענומען פון די ווערטער פון חינוך אנהייב מצוה צ"ה ("…והלוים אחַי הטהרו, וינף אהרן אותם תנופה וכו'")[11], און מען האט אים אידענטיפיצירט אלס רבי אהרן הלוי פון בארצעלאנע (דער רא"ה), א תלמיד פון רמב"ן. אזוי האבן געהאַלטן עטליכע פון די גרויסע אחרונים, צווישן זיי דער ש"ך[12], יד מלאכי[13], פרי מגדים[14], און רבי עקיבא אייגער[15].
אבער דער חיד"א אין שם הגדולים[16] צווייפלט אין דעם אידענטיפיקאציע, צווישן אנדערע צוליב די סתירות צווישן די ווערטער פון ספר החינוך און די ווערק פונעם רא"ה. אויך אין די היינטיגע פארשונג איז אנגענומען אז דער מחבר איז נישט דער רא"ה. פארהאן וואס שרייבן צו דעם חיבור צום עלטערן ברודער פונעם רא"ה, רבי פינחס הלוי[17][18][19]. אנדערע ווענדן עס אפּ, און ברענגען ראיות צו די ווערטער פון רבי אפרים זלמן מרגליות[20] אז דאס איז נישט פארפאסט געווארן דורך דער רא"ה (א תלמיד פון רמב"ן), נאר דורך א תלמיד פון זיין בר פלוגתא דער רשב"א[21][22]. אנדערע שלאגן פאר אז דער מחבר איז גאר דער רשב"א זעלבסט[23]. למעשה איז די מיסטעריע פונעם מחבר'ס אידענטיטעט נישט געלייזט געווארן.
אויף איין ארט דערמאנט דער מחבר די יארן ה'י"ז-י"ח אלס שמיטה יארן לויט פארשידענע שיטות[24], א מעגליכע אנדייטונג אז דער ספר איז געשריבן געווארן נאנט צו די יארן. דאס ברענגט א שוועריגקייט, ווייל דער רמב"ן - וועלכער ווערט אפט דערמאנט אין ספר ווי איינער וואס לעבט שוין נישט - איז נפטר געווארן נישט פריער ווי ה'ל'. טייל שפעקולירן אז די יארן זענען א טעות און דער מחבר האט געשריבן שפעטערע יארן, אדער פארקערט, אז דער ברכת המתים צום רמב"ן איז צוגעלייגט געווארן שפעטער[21].
לויט ווי דער מחבר שרייבט, האט ער אויך געשריבן חידושים אויף מסכת ביצה[25].
דוד ראָזין שפעקולירט אז דער מחבר האט זיך געשפייזט פון לערנען תורה מיט קינדער[26]. עס איז נישט פארהאן קיין באגרינדטע ידיעה איבער דאס יאר פון זיין פטירה[27].
אויפנאמע
טראָץ וואס דער מחבר מיט זיין עניוות פארמינערט שטארק פון זיין אייגענעם חיבור'ס ווערד און מעלה, פאָרט איז זיין ספר געווארן אנגענומען אלס איינע פון די גרונד־שטיינער אין דאס מגדיר זיין די מצוות און מבאר זיין זייער תכלית. א דאַנק דער היקף און טיפקייט פון איין זייט, און דער קיצור פונעם צווייטן זייט, און דאס קלארע און זיסע שפראך, איז דער ספר גאר שטארק פארשפרייט געווארן, ווי עס צייגן די פילע כתבי יד דערפון[21], און האט אנגענומען גאר אן אנגעזעענער ארט צווישן די ווערק פון די ראשונים.
במשך די הונדערטער יארן זינט עס איז ערשינען, איז דער ספר החינוך געווען דער מערסט אנגענומענער חיבור אויף די תרי"ג מצוות. כאטש זיין עיקר ציל איז נישט ווי א הלכה ספר, דאך ווערט זיין שיטה אפט געברענגט דורך די פוסקים נאך אים[28]. גרויסע אחרונים ווי דער 'משנה למלך' האבן געשריבן הערות אויפ'ן ספר, און שפּעטער זענען געשריבן געווארן דערויף פילצאליגע לאנגע פירושים. צווישן די מערסט באוואוסטע חיבורים אויפ'ן ספר החינוך איז דער 'מנחת חינוך' פון רבי יוסף באב"ד פון טארנאָפּאל (לעמבערג, תרכ"ט), וואס איז באקאנט מיט די ברייטע הלכה'דיגע עיון דערין.
רבי שלמה אייגער האט אנגעזאגט פאר זיין זון אז ער זאל יעדע וואך לערנען דער ספר החינוך אויף די פרשה, וואס וועט אים ברענגען אומגעהויערע תועלת[29].
אויפלאגעס און פירושים
- ווענעציע, רפ"ג – דורך דניאל באמבערג
- ווענעציע, ש"ס – מיט אן הקדמה דורך רבי יהודה אריה די מודינא
- אמסטערדאם, תע"ו
- אמסטערדאם, תקכ"ז, אין חומש 'תקון סופרים', דורך די פרופס ברידער, מיט הגהות אויפ'ן חינוך דורך רבי יהודה רוזאניס, בעל משנה למלך
- פראנקפורט, תקמ"ג – מיט א צאל שינויים
- ברין, תקנ"ט – מיט א הסכמה פון רבי מרדכי בנעט
- וויען, תקפ"ז – מיט הגהות פון רבי ישעיה פיק בערלין
שפעטערדיגע מערקווירדיגע דרוקן רעכענען אריין:
- לעמבערג, תרכ"ט – מיט'ן בארימטן ביאור 'מנחת חינוך' דורך רבי יוסף באב"ד, טארנאפאלער רב, וועלכע פארטיפט זיך אויך אין די דיני המצוות
- ווילנא תרס"ח, תרס"ט, און תר"ע – 3 בענדער מיט'ן פירוש מנחת יצחק דורך רבי יצחק הכהן אראנאווסקי
- מהדורת מכון ירושלים, 3 בענדער, מיט'ן 'מנחת חינוך'
- מהדורת ארטסקרול – 7 בענדער, מיט קורצע און לאנגע ביאורים
דרויסנדיגע לינקס
- ספר החינוך, אויף שיתופתא
- ספר החינוך, טעקסט פון פרנקפורט און ויניציה אויפלאגעס, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- מאנוסקריפט פון ספר החינוך, פון ה'צ"ג (לויט'ן קאָלאָפאָן), אינעם וואטיקאן ביבליאטעק
ביבליאגראפיע
- חיים דוד שעוועל, מבוא צום ספר החינוך, ירושלים: מוסד הרב קוק, תש"כ
- הרב משה לייטער, הקדמה לספר השלמה על מנחת חינוך
- הרב דוד מצגר, ספר החינוך ומחברו אין אנהויב פון מנחת חינוך מהדורת מכון ירושלים
- דוד ראזען, Ein Compendium der jüdischen Gesetzeskunde aus dem vierzehnten Jahrhundert, ברעסלוי: Schletter'sche Buchhandlung (H. Skutsch), 1871 (דייטש)
רעפערענצן
- ↑ מכות כג, ב, און נאך
- ↑ זעט רבי ירוחם פישל פערלא, ספר המצוות לרס"ג, מבוא פרק י'
- ↑ למשל מצוה קל"ח, מצוה קנ"ג
- ↑ מעשה נסים, סימן ב'
- ↑ מעין החכמה, כה,א
- ↑ זעט מצוה קנ"ט
- ↑ זעט מצוה תקמ"ה
- ↑ זעט הקדמה און איגרת המחבר, און מצוה קי"ז
- ↑ זעט בהרחבה אין שעוועל, מבוא
- ↑ אלי' גענויער, "An Obscure Chumash Changes the Sefer HaChinuch Forever", Seforim Blog
- ↑ דער מגיה אינעם צווייטן דרוק (ווענעציע ש"ס) האט דארט אריינגעשטעלט א הערה אז דער מחבר דייט אן אז זיין נאמען איז אהרן
- ↑ ש"ך, יורה דעה, סימן כ"ה, סעיף קטן ב'; סימן ע', סעיף קטן ל"ג
- ↑ יד מלאכי ב, כללי שאר המחברים והמפרשים כג
- ↑ הקדמה צום משבצות זהב
- ↑ תשובות רעק"א קכט, און קסט
- ↑ רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים ערך "רבינו אהרן הלוי"
- ↑ ישראל משה תא שמע, "מחברו האמיתי של ספר "החינוך"", קרית ספר, תשם, עמ' 787–790
- ↑ משה הרשלר, חידושי הריטב"א למסכת ברכות, מוסד הרב קוק תשמ"ד, עמ' רח, הערה 165
- ↑ יוסף אברמסון, "עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך", המעין מה ד, תמוז תשס"ה, עמ' 67
- ↑ רבי אפרים זלמן מרגלית, ראש אפרים ד, ווארשע, תרמ"ד, דף מג א, קונטרס הראיות, סי' לט ג
- ↑ 21.0 21.1 21.2 הרב דוד מצגר, הקדמה למנחת חינוך, מהדורת מכון ירושלים
- ↑ יעקב שמואל שפיגל, "עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך", המעין מה ד, תמוז תשס"ה, עמ' 71
- ↑ הרב אברהם ישעיהו וויינטרויב, "מאמר אודות ספר החינוך", מוריה שנה כה ג-ה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ מצוה ש"ל
- ↑ מצוה רצ"ח
- ↑ דוד ראזען, Ein Compendium der jüdischen Gesetzeskunde aus dem vierzehnten Jahrhundert, ברעסלוי: Schletter'sche Buchhandlung (H. Skutsch), 1871 (דייטש), עמ' 83
- ↑ שלמה מונק שרייבט, אן קיין מקור, אז ער איז נפטר געווארן ה'נ"ג.
- ↑ זעט למשל ש"ך, יורה דעה, סימן פ"ד, סעיף קטן ג'; סימן פ"ז, סעיף קטן ב'
- ↑ געדרוקט אין הנהגות צדיקים ד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)