אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יום טוב עהרליך"
אין תקציר עריכה |
|||
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = Hasidic musician and entertainer|העב=מלחין, משורר עממי וזמר חסידי ביידיש|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = Hasidic musician and entertainer|העב=מלחין, משורר עממי וזמר חסידי ביידיש|}} | ||
[[טעקע:YomTov1.jpg|קליין | [[טעקע:600px-YomTov1.jpg|קליין|ר' יום טוב עהרליך]] | ||
רבי '''יום טוב שמחה עהרליך''' (געבוירן [[ה'תרע"ה]] 1914 - [[כ"ז תמוז]] [[ה'תש"נ]] 1990) איז געווען א [[יידיש|יידיש שפראכיק]] [[חסידישע מוזיק|חסידישער]] [[זינגער]] און [[קאמפאזיטאר]]. | רבי '''יום טוב שמחה עהרליך''' (געבוירן [[ה'תרע"ה]] 1914 - [[כ"ז תמוז]] [[ה'תש"נ]] 1990) איז געווען א [[יידיש|יידיש שפראכיק]] [[חסידישע מוזיק|חסידישער]] [[זינגער]] און [[קאמפאזיטאר]]. | ||
שורה 339: | שורה 339: | ||
===חסד=== | ===חסד=== | ||
[https://jewishmusic.fm/album/חסד/ לשמיעת הדיסק] | [https://jewishmusic.fm/album/חסד/ לשמיעת הדיסק] | ||
# חסד | |||
# די צוויי ברידער | |||
# דער גביר | |||
# הלכות | |||
# 10 שטארקע זאכן | |||
# יושר | |||
# א טובה טאן א איד | |||
# נס חנוכה מיטן חסיד | |||
# חסידות | |||
# גמילות חסדים | |||
# פאר די גאולה | |||
# כי לעולם חסדו | |||
# תחיית המתים | |||
===אליהו הנביא=== | ===אליהו הנביא=== | ||
שורה 344: | שורה 357: | ||
===דער סאטמארער רבי (2 חלקים)=== | ===דער סאטמארער רבי (2 חלקים)=== | ||
[https://jewishmusic.fm/album/דער-סאטמאר-רבי-א/ לשמיעת הדיסק חלק א] | אין די צוויי אלבומס ווערן באניצט באקאנטע סאטמארער ניגונים. | ||
[https://jewishmusic.fm/album/דער-סאטמאר-רבי-א/ לשמיעת הדיסק חלק א] | |||
#די גאלדענע קייט | |||
#די שטעטל סאטמאר | |||
#די נאציס | |||
#דער חורבן (ניצט דער סאטמארער אהבה רבה ניגון) | |||
#קלויזענבורג | |||
#אין לאגער | |||
#פארט אויף די וועגן א טרעין | |||
#[[כ"א כסלו]] | |||
#די ציונים | |||
#דער טרעין איז דא | |||
#דער רבי איז דא | |||
#א שיף אויפן ים | |||
#אין ירושלים | |||
#ביים כותל | |||
[https://jewishmusic.fm/album/דער-סאטמאר-רבי-ב/ ח"ב] | |||
# אין קאמף | # אין קאמף | ||
# אמעריקא | # אמעריקא | ||
שורה 444: | שורה 474: | ||
# דער צווייטער סיפור | # דער צווייטער סיפור | ||
# חסידות | # חסידות | ||
===מודה אני=== | |||
זייט 1: | |||
#הערט און זעהט | |||
#קינדער טעיפ | |||
#ליכטיג אויף דער וועלט | |||
#מודה אני | |||
#שירה | |||
#ברכות | |||
#ריינקייט | |||
#אלע ברכות | |||
#ברוך השם | |||
#הערט א מעשה | |||
זייט 2: | |||
#אלף בית | |||
#צדקה | |||
#איצל פיצל | |||
#שמע בני | |||
#פינעף און דרייסיג טעיפס | |||
}} | }} | ||
}} | }} | ||
שורה 449: | שורה 498: | ||
===אנדערע=== | ===אנדערע=== | ||
* מזמור לתודה – אין דעם טעיפ זינגט מען איבער אסאך אויסגעוועלטע ניגונים פון די סעריע פון זיינע טעיפס, עס איז ניגונים אן ווערטער. | * מזמור לתודה – אין דעם טעיפ זינגט מען איבער אסאך אויסגעוועלטע ניגונים פון די סעריע פון זיינע טעיפס, עס איז ניגונים אן ווערטער. | ||
* למנצח בנגינות – עטליכע אויסגעקליבענע ניגונים פון אלע זיינע טעיפס, געזונגען אן ווערטער. | |||
* הלל – אין דעם אלבום זינגט ער איבער אלע קאפיטלעך פון [[הלל (דאווענען)|הלל]] ווארט ביי ווארט, ארויסגענומען פון אלע זיינע אלבומס ביז היינט. | * הלל – אין דעם אלבום זינגט ער איבער אלע קאפיטלעך פון [[הלל (דאווענען)|הלל]] ווארט ביי ווארט, ארויסגענומען פון אלע זיינע אלבומס ביז היינט. | ||
:זייט 1: | :זייט 1: | ||
שורה 465: | שורה 515: | ||
#ברוך הבא | #ברוך הבא | ||
#יהללוך | #יהללוך | ||
עס איז דא א חילוק וויאזוי עס ווערט געזונגען אין די טעיפס ווי אלע זיינע אנדערע טעיפס, אלע זיינע טעיפס וואס ער האט ארויסגעגעבן זינגט ער אליין, אהן קיין אנדערע כלי זמר, ער האט געהאט א פידל און מעלאדיע, ער רעדט און בשעתן רעדן זינגט זיך אונטער זיינע כלי זמר. אנדערש אבער די דריי אויבענדערמאנטע טעיפס וואס זינגט נישט קיין ווערטער (חוץ הלל וואס זאגט די ווערטער פון הלל), דארט איז די נגיגונים בארייכערט מיט א גאנצען קאר פון כלי זמר, עס באשטייט פון אלע סארט כלי זמר וואס זענען געווען אין זיינער צייט, און געזונגען גאר רייך. | |||
===איבערגעמאכט=== | ===איבערגעמאכט=== |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:35, 5 אויגוסט 2024
רבי יום טוב שמחה עהרליך (געבוירן ה'תרע"ה 1914 - כ"ז תמוז ה'תש"נ 1990) איז געווען א יידיש שפראכיק חסידישער זינגער און קאמפאזיטאר.
יונגע יארן
יום טוב עהרליך איז געבוירן געווארן ה'תרע"ה (1914) צו זיינע עלטערן ר' משה מיט שרה, אין דעם שטעטל קאזנהאראדאק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס), נעבן סטאלין, ביי דער גרעניץ פון פוילן און רוסלאַנד. ער איז געווען דער זיבעטער דור צו א סטאלינער חסיד.
ביאגראפיע
ר' יו"ט'ס טאטע ר' משה האט געהאט א געפיל צו מוזיק, און איידער ער איז רעקרוטירט געווארן צום רוסישן מיליטער האט זיין טאטע אים געבעטן צו קויפן זיך א פידל.
זיין זיידע ר' יום טוב שמחה עהרליך איז געווען פון די גבאים און מקורבים פון רבי אהרן פון סטאלין, דער "בית אהרן".
ווען די דייטשן מיט די רוסן האבן איינגענומען פוילן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער פארטריבן געווארן דורך די רוסן קיין סאמארקאנד אין אוזבעקיסטאן וואס איז דעמאלס געווען א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד, דארט האט ער א דורך געלעבט דעם צווייטן וועלט קריג, ביז ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק, ער האט געווידמעט די צוויי אלבומס פון חבלי משיח אויף דער צייט וואס ער איז געווען אין סאמארקאנד.
אין ניו יארק האט ער געוואוינט אין וויליאמסבורג, און געדאוונט אין דעם סטאלינער בית המדרש. אלס פרנסה איז ער געווען א מוזיקאנט און געזונגען און געשפילט אויף חתונות וואו ער פלעגט זינגען, גראמען און שפילן אויפן פידל און אקארדיאן.
אין יאר ה'תשמ"ח איז ער אריבער וואוינען קיין ארץ ישראל כדי צו זיין נאענט צו זיינע קינדער און אייניקלאך וועלכע וואוינען דארט.
ער איז נפטר געווארן כ"ז תמוז תש"נ פון א הארץ אטאקע, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.
זיין ווייב חנה רבקה איז נפטר געווארן דעם 3טן מאי 2014 (מוצאי שבת ד' אייר).[1]
זיין כח אין נגינה
ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער געשיקט זיינע קינדער אין שולע, די קינדער זענען אהיים געקומען און געזונגען ניגונים אויף דער ענגלישער שפראך, און ער זייענדיג א אידישער מענטש האט דאס איהם זייער געארט, דעמאלטס האט ער מחליט געווען ארויסצוקומען אויף דער אידישער גאס מיט קאסעטעס פון אידישע ניגונים ווערנדיג דער ערשטער חרדישער יוד אין אמעריקע ארויסצוגעבן מוזיק אלבומס.
די ערשטע טעיפס זענען טאקע געווען פאר קליינע קינדער, אבער דערנאך האט ער געמאכט ניגונים פאר ערוואקסענע מענטשן אויך.
ער איז געווען א זינגער און געמאכט ניגונים מיט א געוואלדיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח אין אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין דער אידישער גאס, יעדער ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טעיפס ברענגט ער ארויס דעם אינעווייניגסטן כח הנפש אויף דעם אויבערפלאך.
זיינע ניגונים זענען אייגענארטיג מיט יראת שמים, עס איז פיל מיט חיזוק און אמונה אין גאט, און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערער חוש פון הומאר, און ווערטלעך, א סך פילן אז זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט לאנגווייליג, נאר מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, און אז זיינע טעיפס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.
אסאך זינגערס האבן נאכגעזוגנען זיינע ניגונים אין זייערע טעיפס, ווי מרדכי בן דוד, אברהם פריד - אין זיין אלבום גערופן אידישע אוצרות, און זושא שמעלצער. לעצטנס איז דער חסידישער זינגער ר' ירמיה דאמען ארויסגעקומען מיט אן אלבום ערליכע ניגונים, וואו ער זינגט איבער פון ר' יו"ט'ס מייסטער-ווערק מיט אייגענע שינויים צוגעפאסט צו דער היינטיגער חרדישער גאס.
דער זינגער אברהם פריד האט געזאגט אז ער איז אויפגעוואקסן אויף יום טוב עהרליכ'ס ניגונים.
עס ברויך באצייכנט ווערן אז נישט אלע לידער האט ער אליין פארפאסט, א גרויסע טייל דערפון זענען אלגעמיינע פאלקס לידער אויף וואס ער האט ארויפגעלייגט די ווערטער.
זיינע השקפות
ער איז געווען א פייערדיגער שונא פון קאמוניזם. ביי אלע געלעגנהייטן ווי ער קען נאר, גיסט ער פעך און שוועבל קעגן די קאמוניסטן און קאמוניזם. זעט אויס קודם צוליב דעם וואס ער זעלבסט האט מיטגעמאכט אין סאמארקאנד ביי די מלחמה יאהרן, און אויך וויבאלד ער איז געווען א סטאלינער חסיד, און האט געוואוסט וואס די קאמוניסטן האבן געטאהן פאר פרומע אידן.
אזוי ווי א חסידישער איד פון פארצייטנס, האט ער אין זיינע טעיפ'ס ממש ערקלערט קריג קעגן די היינטיגע טעכניק און דער מערב וועלט, ער איז אויך געווען א גרויסער אנטי ציוניסט, און ביי יעדער געלעגענהייט זאגט ער אין זיינע טעיפס אז מדינת ישראל און די תורה זענען צוויי באזונדערע וועלטן. אבער מיט זיין געוואלדיגער חוש ברענגט ער עס ארויס מיט א זעלטענעם הערליכן געשמאק, און מיט זיסע ווערטלעך.
ר' יום טוב איז אוועק פון דער וועלט פרייטאג פרשת מטות-מסעי, ז"ך תמוז אין יאר תש"נ (July (19)[20], 1989) פון א הארצאטאק.
זיינע קאסעטעס
ר' יום טוב האט ארויס געגעבן 36 הערליכע קאַסעטעס. א פּאָר פון זיי זענען איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש נאך ר' יום טוב'ס פטירה. אויך ביי זיין לעבן האט ער געבעטן פון זיין זון ארויסצוגעבן א קאסעטע איבערגעזעצט אויף העברעאיש מיטן נאמען "הלו זאת ירושלים".
היינט צו טאג געהערט די רעכט פון דרוקן און פארשפרייטן די אלע סידי'ס צו קרן שמואל ישעיה.
יום טוב ערליך האט ארויס געגעבן די 36 אלבומס אונטערן נאמען יידיש נחת.
תקליטי יום טוב עהרליך | |
---|---|
|
אנדערע
- מזמור לתודה – אין דעם טעיפ זינגט מען איבער אסאך אויסגעוועלטע ניגונים פון די סעריע פון זיינע טעיפס, עס איז ניגונים אן ווערטער.
- למנצח בנגינות – עטליכע אויסגעקליבענע ניגונים פון אלע זיינע טעיפס, געזונגען אן ווערטער.
- הלל – אין דעם אלבום זינגט ער איבער אלע קאפיטלעך פון הלל ווארט ביי ווארט, ארויסגענומען פון אלע זיינע אלבומס ביז היינט.
- זייט 1:
- הללויה - ניגון
- בצאת ישראל - ניגון
- לא לנו
- ה' זכרנו
- אהבתי כי ישמע
- זייט 2:
- מה אשיב
- הללו כל גוים
- הודו לה'
- מן המצר
- זה היום
- אנא ה'
- ברוך הבא
- יהללוך
עס איז דא א חילוק וויאזוי עס ווערט געזונגען אין די טעיפס ווי אלע זיינע אנדערע טעיפס, אלע זיינע טעיפס וואס ער האט ארויסגעגעבן זינגט ער אליין, אהן קיין אנדערע כלי זמר, ער האט געהאט א פידל און מעלאדיע, ער רעדט און בשעתן רעדן זינגט זיך אונטער זיינע כלי זמר. אנדערש אבער די דריי אויבענדערמאנטע טעיפס וואס זינגט נישט קיין ווערטער (חוץ הלל וואס זאגט די ווערטער פון הלל), דארט איז די נגיגונים בארייכערט מיט א גאנצען קאר פון כלי זמר, עס באשטייט פון אלע סארט כלי זמר וואס זענען געווען אין זיינער צייט, און געזונגען גאר רייך.
איבערגעמאכט
אין יאר 1982 האט מרדכי בן דוד איבערגעמאכט עטליכע לידער פון יום טוב עהרליך אין זיין אלבום "איך האב געווארט".
אין יאר 1992 האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם ערשטן חלק פון די אלבומס "יידישע אוצרות" אויף יידיש, און "אוצרות יהודים" אויף העברעיש, וועלכע ענטהאלטן איבערגעמאכטע לידער פון יום-טוב עהרליך. אין יאר 1994 האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם צווייטן חלק פון די אלבומס.
אין יאר 2014 האט ירמיה דאמען ערשינען דעם אלבום ערליכע ניגונים מיט איבערגעמאכטע לידער פון יום טובן.
דרויסנדיגע לינקס
- א באשרייבונג פון ר' יום טוב (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ אהרן יונג, מרת חנה רבקה עהרליך למנוחות, אויף JDN (העברעאיש)
- ↑ אין לבלבל בין אלבום זה לבין השם שניתן על ידי בניו לסדרת האלבומים כולה
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!