אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך שאמר"
(דער קליינער ראפאפארט'ס חידוש פארלאנגט נישט קיין עקסטערע אפטיילונג. פאראייניגט מיט'ן פעטער. אפשר ברויך עס יא ארויפגעברענגט ווערן פונעם הערה) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(47 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{ | {{דעסקריפציע|ברכה געזאגט ביי שחרית אלס אריינפיר צו פסוקי דזמרה}} | ||
<!-- {{פירוש נוסף|נוכחי=דער ברכה אין תפילת שחרית|אחר=דעם ספר אויף הלכות תפילין|ראו=ברוך שאמר (הלכות תפילין)}} --> | <!-- {{פירוש נוסף|נוכחי=דער ברכה אין תפילת שחרית|אחר=דעם ספר אויף הלכות תפילין|ראו=ברוך שאמר (הלכות תפילין)}} --> | ||
[[טעקע:Baruch Sheamar prayer Koren Siddur.jpg|קליין|"ברוך שאמר" ([[נוסח אשכנז]]) מיט [[ענגליש]]ע איבערזעצונג]] | [[טעקע:Baruch Sheamar prayer Koren Siddur.jpg|קליין|"ברוך שאמר" ([[נוסח אשכנז]]) מיט [[ענגליש]]ע איבערזעצונג]] | ||
'''ברוך שאמר''' איז א [[ברכה]] וואס ווערט געזאגט טעגליך ביי [[שחרית]], אלס אן אריינפיר צו [[פסוקי דזמרה]], און איז צוזאמגעשטעלט פון א סעריע לויבונגען פאר'ן אויבערשטן ווי א פיוט, און דערנאך א ברכה וואס שילדערט ווי זיינע ערליכע לויבן אים. ביים ענדע פון די פסוקי דזמרה ווערט געזאגט נאך א ברכה, [[ישתבח]]. | '''ברוך שאמר''' איז א [[ברכה]] וואס ווערט געזאגט טעגליך ביי [[שחרית]], אלס אן אריינפיר צו [[פסוקי דזמרה]], און איז צוזאמגעשטעלט פון א סעריע לויבונגען פאר'ן אויבערשטן ווי א פיוט, און דערנאך א לענגערע ברכה וואס שילדערט ווי זיינע ערליכע לויבן אים. ביים ענדע פון די פסוקי דזמרה ווערט געזאגט נאך א ברכה, [[ישתבח]]. | ||
==מקור== | ==מקור== | ||
"ברוך שאמר" ווערט צום ערשט דערמאנט אין [[זוהר]]{{הערה|{{זוהר| | אנדערש ווי רוב טעגליכע ברכות, ווערט "ברוך שאמר" נישט דערמאנט אין [[תלמוד בבלי]]. עס ווערט צום ערשט דערמאנט אין [[זוהר]]{{הערה|{{זוהר|ויקהל|רטו|ב}}}} און אין [[תנא דבי אליהו]]{{הערה|{{תנא דבי אליהו|זוטא|ד|א}}}}, און ווערט אויך געברענגט בשם רב משה גאון (שנת ד'תקפ"ה בערך){{הערה|געברענגט אין [[ספר הערוך]] {{אוצר הספרים היהודי|ספר הערוך/תפל-ג|ערך תפל ג'}}, און פון דארט אין {{רמב"ם|תפילה וברכת כהנים|ז|יב|ספר=אהבה|מפרש=הגהות מיימוניות}}.}}. דער פולער נוסח ווערט געברענגט דורך [[רב עמרם גאון]]{{הערה|[[סדר רב עמרם גאון]], [https://tablet.otzar.org/#/b/62890/p/19/t/1690245509851/fs/0/start/0/end/0/c/1690245705273 סדר פסוקי דזמרה]: "וכשנכנסין ישראל בבתי כנסיות שלהן בעירות להתפלל עומד חזן הכנסת ופותח: ברוך שאמר..."}}. לויט ווי געברענגט דורך טייל ראשונים, ווערט די ברכה שוין דערמאנט אין [[ספר היכלות]]{{הערה|זעט: {{טור|אורח חיים|נא}}, און {{היברובוקס|[[רבי יצחק אבוהב (מנורת המאור)|רבי יצחק אבוהב]]|מנורת המאור|37510|page=195|סי' צ"ג}}, וועלכע ברענגען פון דארט אז אין ברוך שאמר זענען פארהאן 87 ווערטער. אין די געדרוקטע ספרי היכלות איז דאס נישטא.}}. דער [[רי"ף]]{{הערה|שם=ריף|רי"ף מסכת ברכות [https://rif.alhatorah.org/Dual/Talmidei_R._Yonah_on_Rif/Berakhot/23a.4 דף כ"ג פון די דפים פונעם רי"ף] (ווילנער דרוק). זעט אויך [[רבינו יונה]] דארט (ד"ה ותקינו רבנן) אין נאמען פון רב עמרם גאון.}}, נאכדעם וואס ער ברענגט דעם גמרא{{הערה|{{בבלי|שבת|קיח|ב}}}} וועגן "[[פסוקי דזמרה]]", לייגט ער צו אז די רבנן האבן מתקן געווען צו זאגן "ברוך שאמר" פאר דעם און "ישתבח" נאכדעם. אויך דער [[רמב"ם]] דערמאנט עס מיטן אויסדרוק "ותקנו חכמים"{{הערה|{{רמב"ם|תפילה וברכת כהנים|ז|יב|ספר=אהבה}}, לויט דער נוסח פון די כתבי יד און ווי נאכגעברענגט אין ספר הבתים און אין ספר השולחן. (און רוב שפעטערע דרוקן שטייט נישט דאס ווארט "חכמים"). זעט משכנות יעקב, אורח חיים סימן ס"ז, וועלכער דרינגט אויף פון דער סדר פון די הלכות אין רמב"ם אז די ברכה איז איינגעפירט געווארן נאך איידער [[ברכת המינים]].}}. לויט איין מקור אין די ראשונים האבן עס די [[סבוראים|רבנן סבוראי]] מתקן געווען{{הערה|סידור חסידי אשכנז, אות כ"ח}}, און אויך די חוקרים [[יום טוב ליפמאן צונץ]] און [[יצחק משה עלבאגן]] שפעקולירן אז עס שטאמט פון דער תקופה פון די סבוראים. [[רבי חזקיה די סילווא]] האט אנגענומען אז עס שטאמט פון די [[גאונים]]{{הערה|{{היברובוקס||פרי חדש|8283|סימן נא סעיף א|page=13}}. אזוי קוקט אויך אויס אין {{בבלי|ברכות|לא|ב|מפרש=מאירי}}}}, און דעריבער וואונדערט ער זיך וויאזוי האבן זיי געקענט מתקן זיין א נייע ברכה נאך דער חתימת התלמוד{{ביאור|אויף אנדערע ברכות (ווי צום ביישפיל די ברכות פון [[לעולם יהא אדם|המקדש שמו ברבים]], [[ברוך ה' לעולם]], און [[אשר צג אגוז]]), געפינען מיר א התנגדות אין פוסקים, צוליב דעם וואס די ברכות ווערן נישט דערמאנט אין ש"ס. אבער די ברכה פון "ברוך שאמר" איז געווארן אנגענומען ביי אלעמען אן א חולק, אזוי ווי די ברכה פון [[ברכות השחר|הנותן ליעף כח]].}}. | ||
אין די ספרי [[קבלה]] ווערט געברענגט | אין די ספרי [[קבלה]] ווערט געברענגט פון ספר אור זרוע פון [[רבי דוד בן יהודה החסיד]] אז די [[אנשי כנסת הגדולה]] האבן מתקן געווען די ברכה, לויט א צעטל וואס איז אראפגעפאלן פון הימל, וואס דארט איז געשטאנען דער שבח{{הערה|[[רבי דוד בן יהודה החסיד]] (נישט פארטוישן מיט'ן באקאנטן [[אור זרוע]]), אין {{אוצר החכמה|2=אור זרוע|3=168904|page=118|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ט|4=עמ' 124}}, געברענגט אין תולעת יעקב פון [[רבי מאיר אבן גבאי]]|שם=אור זרוע}}{{ביאור|די ווערטער פון אור זרוע זענען נישט אינגאנצן קלאר, וויבאלד ביים ענדע פירט ער אויס אז דער נוסח איז מקובל איש מפי איש ביז משה מפי הגבורה.}}. דאס ווערט געברענגט אין [[בית חדש|ב"ח]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|נג|מפרש=ב"ח}}}} און אין [[טורי זהב]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|נא|מפרש=טורי זהב}}, ס"ק א'.}}. | ||
די תקנה איז געווען אז ברוך שאמר און ישתבח זאלן דינען אלס פאר-ברכה און נאך-ברכה פון פסוקי דזמרה, פונקט ווי די חכמים האבן מתקן געווען א ברכה בעפאר און נאך [[הלל (דאווענען)|הלל]]{{הערה|ספר האשכול, הוצאת אלבעק עמוד 11}}. לויט איינער פון די אחרונים דינט ברוך שאמר ווי א [[ברכות המצוות|ברכת המצוה]] אויף פסוקי דזמרה{{הערה|רבי יצחק הררי, זכור ליצחק סימן ז'}}. א צווייטער קריגט אבער דערויף, אז מען האט נישט מתקן געווען די ברכה צוליב די זמירות נאר צוליב דעם צעטל וואס איז אראפגעפאלן, און מען האט בלויז באשטימט דעם ארט דערפון בעפאר די פסוקי דזמרה{{הערה|כף החיים, אורח חיים סימן נ"א סק"ז}}. | |||
== נוסחאות == | == נוסחאות == | ||
שורה 13: | שורה 15: | ||
אינעם [[נוסח ארץ ישראל]] האט מען בכלל נישט געזאגט די ברכה, נאר בעפאר די פסוקי דזמרה (וואס זיי האבן געזאגט אויף אן אנדערן סדר) האבן זיי געזאגט אן אנדערן ברכה, וועלכע זיי האבן אויך געזאגט אין אנדערע געלעגנהייטן פאר'ן זאגן קאפיטלעך פון תהלים, ווי בעפאר [[מעריב]] פון [[שבת]] און [[יום טוב]]{{ביאור|דער נוסח פון די ברכה: {{ציטוטון|בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר בָּחַר בְּדָוִיד עַבְדּוֹ, וְרָצָה בְשִׁירֵי קָדְשׁוֹ, לְפָאֲרוֹ לְהַלְּלוֹ לְרוֹמְמוֹ לְתָקְפּוֹ עַל כָּל גְּבוּרוֹתָיו. בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵי דָוִד, מַצְמִיחַ יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה וקְרוֹבָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל, וּבוֹנֵה יְרוּשָׁלָיִם}}.}}. אין א שפעטערע תקופה זענען אריינגעקומען מנהגים פון בבל אינעם נוסח פון ארץ ישראל, און מען האט אנגעהויבן זאגן, אין צוגאב צום סדר פון ארץ-ישראל אדער אנשטאט דעם, די פסוקי דזמרה פון בבל, מיט ברוך שאמר בעפאר זיי{{הערה|שרה חבשוש, [https://asif.co.il/wpfb-file/55-pdf-4/ השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר], [[בר אילן אוניווערסיטעט]] תשע"ג, זייטן 2–3, און זייטן 9–10, [[ספריית אסיף]].}}. | אינעם [[נוסח ארץ ישראל]] האט מען בכלל נישט געזאגט די ברכה, נאר בעפאר די פסוקי דזמרה (וואס זיי האבן געזאגט אויף אן אנדערן סדר) האבן זיי געזאגט אן אנדערן ברכה, וועלכע זיי האבן אויך געזאגט אין אנדערע געלעגנהייטן פאר'ן זאגן קאפיטלעך פון תהלים, ווי בעפאר [[מעריב]] פון [[שבת]] און [[יום טוב]]{{ביאור|דער נוסח פון די ברכה: {{ציטוטון|בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר בָּחַר בְּדָוִיד עַבְדּוֹ, וְרָצָה בְשִׁירֵי קָדְשׁוֹ, לְפָאֲרוֹ לְהַלְּלוֹ לְרוֹמְמוֹ לְתָקְפּוֹ עַל כָּל גְּבוּרוֹתָיו. בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵי דָוִד, מַצְמִיחַ יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה וקְרוֹבָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל, וּבוֹנֵה יְרוּשָׁלָיִם}}.}}. אין א שפעטערע תקופה זענען אריינגעקומען מנהגים פון בבל אינעם נוסח פון ארץ ישראל, און מען האט אנגעהויבן זאגן, אין צוגאב צום סדר פון ארץ-ישראל אדער אנשטאט דעם, די פסוקי דזמרה פון בבל, מיט ברוך שאמר בעפאר זיי{{הערה|שרה חבשוש, [https://asif.co.il/wpfb-file/55-pdf-4/ השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר], [[בר אילן אוניווערסיטעט]] תשע"ג, זייטן 2–3, און זייטן 9–10, [[ספריית אסיף]].}}. | ||
אין די סידורים פון די [[גאונים]]{{הערה|למשל [[סדר רב עמרם גאון]], זעט {{אוצר החכמה|קובץ תורני|זכור לאברהם|62890|חולון תשס"ד | אין די סידורים פון די [[גאונים]]{{הערה|למשל [[סדר רב עמרם גאון]], זעט {{אוצר החכמה|קובץ תורני|זכור לאברהם|62890|page=19|מקום הוצאה=חולון|שנת הוצאה=תשס"ד}}}} ווי אויך אינעם נוסח פון [[רמב"ם]] און אין [[תכלאל]], זענען פארהאן פארשידענע ווערסיעס פון ברוך שאמר, טייל פון זיי לענגערע. אזוי האט מען זיך אמאל געפירט ביי די [[ספרדים]] און אין [[נוסח פרס]], וואו מען האט למשל צוגעלייגט: {{ציטוטון|ברוך מעביר אפילה ומביא אורה, ברוך א-ל חי לעד וקיים לנצח, ברוך שאין לפניו עולה ולא שכחה [לא כזב ולא מרמה<ref>נוסח תימן און רמב"ם.</ref>] ולא משוא פנים ולא מקח שוחד, צדיק הוא בכל דרכיו, ברוך הוא וברוך שמו; ברוך זכרו לעולמי עד}}{{הערה|חבשוש, [https://asif.co.il/wpfb-file/55-pdf-4/ השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר], זייטן 3–5, און זייטן 10–19.|שם=חבשוש}}. דער מנהג איז נאך געבליבן אין די ספרד'ישע קהילות פון [[מערב-אייראפע]], און אין טייל פון די קהילות אין [[מאראקא]] האט מען געזאגט דעם לענגערן נוסח אום שבת{{הערה|סידור "אבותינו", ירושלים תשע"ד, עמוד 444}}. אין איין כתב יד פון די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאָטן]] איז דא אן אנדערן נוסח, גאר לאנג, געבויט לויט'ן סדר פונעם גאנצן [[אלף בית]], און נאך יעדע פאר אותיות האט מען געזאגט: 'ברוך הוא'{{הערה|סדור תפלות השנה למנהג קהלות רומניא, ווענעציע רפ"ג, דף כ"ט עמוד ב'}}. | ||
דאקעגן, אין די נוסחאות פון [[נוסח אשכנז|אשכנז]], [[נוסח צרפת|צרפת]], [[נוסח איטאליע|איטאליע]], און רוב נוסחאות פון די ראמאניאטן איז דער נוסח פיל קורצער{{הערה|שם=חבשוש}}. לויט מקורות אין קבלה{{הערה|ספר היכלות, לויט ווי געברענגט דורך {{טור|אורח חיים|נא}}, און {{היברובוקס|[[רבי יצחק אבוהב (מנורת המאור)|רבי יצחק אבוהב]]|מנורת המאור|37510|page=195|סי' צ"ג}}; {{היברובוקס||פירושי סידור התפילה לרוקח|49925|זייט מו|page=68}}; {{אוצר החכמה|2=אור זרוע|3=168904|page=118|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ט|4=עמ' 124}}.}} זענען פארהאן אין דעם ברכה 87 ווערטער, און דער סימן דערצו איז: "ראשׁוֹ כֶּתֶם '''פָּ"ז'''{{הערה|{{תנ"ך|שיר השירים|ה|יא}}}}". דער מהרש"ל שרייבט אז דער ברכה פארמאגט צען מאל ברוך, נישט רעכענענדיג ברוך הוא און ברוך שמו, אקעגן עשרת הדברות{{הערה|רבי שלמה לוריא, שו"ת מהרש"ל, לובלין שנ"ט, [[שית:Teshuvot_Maharshal/64|סימן סד]], דף נד ע"ב}}, אדער אקעגן די עשרה מאמרות מיט וואס די וועלט איז באשאפן געווארן. במשך די דורות, צווישן אנדערן דורך די השפעה פון [[אר"י]], זענען די מערסטע טייל פון ספרדים אריבערגעגאנגען צום קורצערן נוסח{{הערה|חבשוש, [https://asif.co.il/wpfb-file/55-pdf-4/ השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר], זייטן 68–69.}}. | |||
אין | |||
== | == טעקסט און איבערזעצונג == | ||
{| | |||
{| | |||
|- | |- | ||
|{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם. בָּרוּךְ הוּא.}} | |{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם. בָּרוּךְ הוּא.}} | ||
|„געבענטשט איז דער וואס האט געזאגט און עס איז געווארן דער וועלט. געבענטשט איז ער.“ | |„געבענטשט איז דער וואס האט געזאגט און עס איז געווארן דער וועלט. געבענטשט איז ער.“ | ||
|- | |- | ||
|{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ אוֹמֵר וְעֹשֶׂה{{הערה|לויט | |{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ אוֹמֵר וְעֹשֶׂה{{הערה|לויט נוסח אשכנז איז דער סדר: "ברוך עושה בראשית, ברוך אומר ועושה, ברוך גוזר ומקיים, ברוך מרחם על הארץ".}}. בָּרוּךְ גּוֹזֵר וּמְקַיֵּם. בָּרוּךְ עֹשֶׂה בְרֵאשִׁית. בָּרוּךְ מְרַחֵם עַל הָאָרֶץ.}} | ||
|„געבענטשט איז דער וואס זאגט און טוט. געבענטשט איז דער וואס פארשפּרעכט און האלט איין. געבענטשט איז דער וואס מאכט די ווערק פון בראשית. געבענטשט איז דער וואס וואס דערבארעמט זיך אויף די ערד.“ | |„געבענטשט איז דער וואס זאגט און טוט. געבענטשט איז דער וואס פארשפּרעכט און האלט איין. געבענטשט איז דער וואס מאכט די ווערק פון בראשית. געבענטשט איז דער וואס וואס דערבארעמט זיך אויף די ערד.“ | ||
|- | |- | ||
|{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת. בָּרוּךְ מְשַׁלֵּם שָׂכָר טוֹב לִירֵאָיו. בָּרוּךְ חַי לָעַד וְקַיָּם לָנֶצַח. בָּרוּךְ פּוֹדֶה וּמַצִּיל. בָּרוּךְ שְׁמוֹ.}} | |{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת{{הערה|טייל זאגן אז דער [[גר"א]] האט נישט גורס געווען די ווערטער "ברוך מרחם על הבריות", אבער אנדערע זאגן אז דאס איז נישט מוכרח (זעט די סידורים "אזור אליהו" און "מעדני אשר").}}. בָּרוּךְ מְשַׁלֵּם שָׂכָר טוֹב לִירֵאָיו. בָּרוּךְ חַי לָעַד וְקַיָּם לָנֶצַח. בָּרוּךְ פּוֹדֶה וּמַצִּיל. בָּרוּךְ שְׁמוֹ.}} | ||
|„געבענטשט איז דער וואס דערבארעמט זיך אויף די באשעפענישן. געבענטשט איז דער וואס באצאלט א גוטע לוין פאר די וואס פארכטן אים. געבענטשט איז דער וואס לעבט אויף אייביג און עקזיסטירט אויף שטענדיג. געבענטשט איז דער וואס טוט אויסלייזן און רעטן. געבענטשט איז זיין נאמען.“ | |„געבענטשט איז דער וואס דערבארעמט זיך אויף די באשעפענישן. געבענטשט איז דער וואס באצאלט א גוטע לוין פאר די וואס פארכטן אים. געבענטשט איז דער וואס לעבט אויף אייביג און עקזיסטירט אויף שטענדיג. געבענטשט איז דער וואס טוט אויסלייזן און רעטן. געבענטשט איז זיין נאמען.“ | ||
|- | |- | ||
|{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם. הָאֵ-ל אָב{{הערה|טייל בעלי מדקדקים האבן געטוישט דעם ווארט פאר "האב" (מיט [[ה' הידיעה]]). דער מקור פון דעם שינוי נעמט זיך פונ'ם [[משכילים|משכיל'ישער]] בעל מדקדק [[יצחק סאטאנאוו]] אין זיין סידור "ויעתר יצחק" (לויט סידור "אזור אליהו").}} הָרַחֲמָן הַמְהֻלָּל בְּפֶה{{הערה|דער נוסח ("בפֶה", מיט א [[סגול]]) ווערט אראפגעברענגט אין {{שלחן ערוך|אורח חיים|נא|מפרש=מגן אברהם}} ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם [[אריז"ל]], און אזוי ווערט אויך געברענגט אין [[משנה ברורה]], דארט. אנדערע זאגן אז לויט דעם [[דקדוק]] דארף מען זאגן "בפִי" מיט א [[חיריק]] (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון [[גר"א]] און [[רבי וואלף היידנהיים]]).}} עַמּו. מְשֻׁבָּח וּמְפֹאָר בִּלְשׁוֹן חֲסִידָיו וַעֲבָדָיו.}} | |{{ציטוט|תוכן=בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם. הָאֵ-ל{{הערה|לויט איין מקור זאגט מען נישט "הא-ל", ווייל מען האט שוין דערמאנט "אלקינו" (אבודרהם, געברענגט אין {{טור|אורח חיים|נא|מפרש=דרכי משה}}). דער דרכי משה זאגט אבער מען זאל עס יא זאגן, כדי עס זאל שטימען דער חשבון פון 87 ווערטער. דער וואס זאגט עס נישט, זאל עס משלים זיין מיט זאגן "ברוך עושה '''מעשה''' בראשית (אליה רבא, אורח חיים סימן נ"א).}} אָב{{הערה|טייל בעלי מדקדקים האבן געטוישט דעם ווארט פאר "האב" (מיט [[ה' הידיעה]]). דער מקור פון דעם שינוי נעמט זיך פונ'ם [[משכילים|משכיל'ישער]] בעל מדקדק [[יצחק סאטאנאוו]] אין זיין סידור "ויעתר יצחק" (לויט סידור "אזור אליהו").}} הָרַחֲמָן הַמְהֻלָּל בְּפֶה{{הערה|דער נוסח ("בפֶה", מיט א [[סגול]]) ווערט אראפגעברענגט אין {{שלחן ערוך|אורח חיים|נא|מפרש=מגן אברהם}} ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם [[אריז"ל]], און אזוי ווערט אויך געברענגט אין [[משנה ברורה]], דארט. אנדערע זאגן אז לויט דעם [[דקדוק]] דארף מען זאגן "בפִי" מיט א [[חיריק]] (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון [[גר"א]] און [[רבי וואלף היידנהיים]]).}} עַמּו. מְשֻׁבָּח וּמְפֹאָר בִּלְשׁוֹן חֲסִידָיו וַעֲבָדָיו.}} | ||
|„געבענטשט ביזטו ה' אונזער גאט דער קעניג פון דער וועלט. דער שטארקער גאט. דער דערבארעמדיגער פאטער. וואס איז געלויבט אין מויל פון זיין פאלק. ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט.“ | |„געבענטשט ביזטו ה' אונזער גאט דער קעניג פון דער וועלט. דער שטארקער גאט. דער דערבארעמדיגער פאטער. וואס איז געלויבט אין מויל פון זיין פאלק. ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט.“ | ||
|- | |- | ||
|{{ציטוט|תוכן=וּבְשִׁירֵי דָוִד עַבְדֶּךָ{{ביאור|לויט דעם אריגינעלן מנהג פון פסוקי דזמרה, האט מען נאר געזאגט פסוקים פון [[דוד המלך]], און דעריבער ווערט אין דער ברכה באצייכנט דווקא די שירה פון דוד. (דער [[רמב"ם]] דערמאנט דעם מנהג צו זאגן "אז ישיר", אבער הערשט נאך די ברכה פון "ישתבח", וויבאלד עס איז נישט פון די שירות פון דוד). לויט דעם שפעטערן מנהג האט מען אויך אריינגעלייגט אין פסוקי דזמרה דעם [[שירת הים]], אבער די ברכה איז געבליבן מיט איר אריגינעלן נוסח. דער שבח פון [[נשמת]] האט מען אויך מתקן געווען צו זאגן [[שבת]] און [[יום טוב]] אלס א סיום צו די שירות פון דוד. {{ | |{{ציטוט|תוכן=וּבְשִׁירֵי דָוִד עַבְדֶּךָ{{ביאור|לויט דעם אריגינעלן מנהג פון פסוקי דזמרה, האט מען נאר געזאגט פסוקים פון [[דוד המלך]], און דעריבער ווערט אין דער ברכה באצייכנט דווקא די שירה פון דוד. (דער [[רמב"ם]] דערמאנט דעם מנהג צו זאגן "אז ישיר", אבער הערשט נאך די ברכה פון "ישתבח", וויבאלד עס איז נישט פון די שירות פון דוד). לויט דעם שפעטערן מנהג האט מען אויך אריינגעלייגט אין פסוקי דזמרה דעם [[שירת הים]], אבער די ברכה איז געבליבן מיט איר אריגינעלן נוסח. דער שבח פון [[נשמת]] האט מען אויך מתקן געווען צו זאגן [[שבת]] און [[יום טוב]] אלס א סיום צו די שירות פון דוד.}}{{הערה|טייל זאגן אז די ווערטער "ובשירי דוד עבדך" גייען אויף ארויף: "ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט און אין די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט." דערנאך הייבט זיך אן א נייע זאץ: "מיר וועלן דיך לויבן" וכו' (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון [[סידור הרב]] און דער [[גר"א]]). לויט אנדערע גייען די ווערטער אויף אראפ (זעט סידור "מעדני אשר").}} נְהַלֶּלְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ בִּשְׁבָחוֹת וּבִזְמִירוֹת. וּנְגַדֶּלְךָ{{הערה|טייל סידורים [[נוסח אשכנז]] זענען גורס "נגדלך" אן א ו' (למשל, סידור "מעדני אשר"), אבער אנדערע זענען גורס מיט א ו' (זעט סידור "אזור אליהו").}} וּנְשַׁבֵּחֲךָ וּנְפָאֶרְךָ וְנַמְלִיכְךָ וְנַזְכִּיר שִׁמְךָ{{הערה|אין טייל סידורים [[נוסח אשכנז]] איז דער סדר: "ונזכיר שמך ונמליכך מלכנו". און אזוי איז דער נוסח פונעם [[גר"א]] (זעט סידור "אזור אליהו").}} מַלְכֵּנוּ אֱלֹקֵינוּ. יָחִיד חֵי{{הערה|דער [[גר"א]] און [[רבי חיים אלעזר שפירא]] זענען גורס "חי" מיט א [[צירי]] אונטערן ח', אבער אין די אלטע סידורים איז דער ח' געווען מיט א [[פתח]] (זעט סידור "אזור אליהו" און דרכי חיים ושלום סי' קל"ג)}} הָעוֹלָמִים. מֶלֶךְ מְשֻׁבָּח וּמְפֹאָר עֲדֵי עַד שְׁמוֹ הַגָּדוֹל: בָּרוּךְ אַתָּה ה' מֶלֶךְ מְהֻלָּל בַּתִּשְׁבָּחוֹת{{הערה|"בתשבחות" זאגט מען מיט א [[חיריק]] אונטערן ת' ({{שלחן ערוך|אורח חיים|נא|מפרש=מגן אברהם}} ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם [[אריז"ל]]; משנה ברורה, דארט; און אזוי האט [[רבי שבתי סופר]] פארראכטן אין זיין סידור (צווישן די יארן ה'שע"ד–ה'שע"ח). אין די אלטע סידורים פון בעפאר רבי שבתי סופר איז געשטאנען מיט א [[שורק]] אונטערן ת' (לויט סידור "אזור אליהו").}}.}} | ||
|„און מיט די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט וועלן מיר דיך לויבן, ה' אונזער גאט, מיט רום און געזאנג, און מיר וועלן דיך גרויסן, און מיר וועלן דיך רימען, און מיר וועלן דיך באשיינען, און מיר וועלן דיך קרוינען, און מיר וועלן דערמאנען דיין נאמען, אונזער קעניג אונזער גאט, דער איינציגער, וואס געבט לעבן פאר אלע וועלטן. דער קעניג וואס איז בארימט און באשיינט ביז אייביג זיין גרויסן נאמען. געבענטשט ביזטו ה', דער קעניג וואס איז געלויבט מיט רום.“ | |„און מיט די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט וועלן מיר דיך לויבן, ה' אונזער גאט, מיט רום און געזאנג, און מיר וועלן דיך גרויסן, און מיר וועלן דיך רימען, און מיר וועלן דיך באשיינען, און מיר וועלן דיך קרוינען, און מיר וועלן דערמאנען דיין נאמען, אונזער קעניג אונזער גאט, דער איינציגער, וואס געבט לעבן פאר אלע וועלטן. דער קעניג וואס איז בארימט און באשיינט ביז אייביג זיין גרויסן נאמען. געבענטשט ביזטו ה', דער קעניג וואס איז געלויבט מיט רום.“ | ||
|- | |- | ||
|} | |} | ||
==הוספות== | |||
===האדרת והאמונה=== | |||
אין סידור ה[[רוקח]]{{הערה|{{היברובוקס||פירושי סידור התפילה לרוקח|49925|זייט מו|page=68}}}} שטייט אז ברוך שאמר איז נתקן געווארן קעגן [[האדרת והאמונה]], ווייל אזוי שטייט אין ספר רקמה פון די שריפט פון מלאכים, אז האדרת והאמונה איז זייער שיר. אין סידור רבי הירץ ווערט געברענגט אז האדרת והאמונה האט אויך 87 ווערטער, ווי אין ברוך שאמר און ווי די אותיות אין [[ברכת כהנים]]; ער פירט אבער אויס אז ער קען נישט מכוון זיין דעם חשבון{{הערה|{{היברובוקס||סידור ר' הירץ|42312|ביי די תפילות פון יום כיפור|page=407}}}}. אין [[סידור רבי קאפיל]] ווערט געברענגט אז ווען אידן זאגן ברוך שאמר זאגן די מלאכים האדרת והאמונה. | |||
דער צושטעל אז ביידע האבן 87 ווערטער שטייט אויך אין [[פרי עץ חיים]]{{הערה|פרי עץ חיים, [https://shitufta.org.il/Pri_Etz_Chaim,_Gate_of_Songs/4?selectedunittext=3 שער הזמירות פ"ד], אין הגה}}, און ער שרייבט אז זאל מען זאגן דעם פיוט האדרת והאמונה יעדן טאג פאר ברוך שאמר. ביי [[חסידים]] איז איינגעפירט עס צו זאגן יעדן [[שבת]] און [[יום טוב]]. | |||
===הריני מזמן את פי=== | |||
אין סידורים איז געדרוקט צו זאגן בעפאר ברוך שאמר: "הריני מזמן את פי להודות ולהלל ולשבח את בוראי, לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה על ידי ההוא טמיר ונעלם בשם כל ישראל". צווישן די וואס זאגן הודו בעפאר ברוך שאמר זענען פארהאן וואס זאגן שוין דעם הריני מזמן פאר הודו{{הערה|{{היברובוקס|רבי צבי הירש שפירא|צבי תפארת|1720|סי פ"א אות ב'|page=212}}}}. | |||
===שבת און יום טוב=== | |||
אין די [[ישיבות ארץ ישראל (מיטל אלטער)|ישיבות פון ארץ ישראל]] אין דער תקופה פון די [[גאונים]] האט מען געזאגט דעם אנפאנג פון "ברוך שאמר" נאר אום [[שבת]] און [[יום טוב]], און אין די וואכן טעג האט מען אנגעהויבן מיט די ברכה זעלבסט (ברוך אתה ה' וכו'). אזוי שטייט אויך אין [[סידור רב סעדיה גאון]]. אין [[סדר רב עמרם גאון]] שטייט אז שבת לייגט מען צו: {{ציטוטון|ברוך אשר נתן מנוחה לעמו ישראל}}, און יום טוב: {{ציטוטון|ברוך אשר נתן מועדי שמחה וחגי נדבה לעמו ישראל}}. | |||
אינעם אמאליגן נוסח פון די [[ספרדים]] לייגט מען צו אום שבת: {{ציטוטון|ברוך המנחיל מנוחה לעמו ישראל ביום שבת קודש}}, און אין יום טוב: {{ציטוטון|ברוך שנתן לעמו ישראל את יום חג [פלוני] הזה, את יום טוב מקרא קודש הזה}}.{{ש}}[[רבי יוסף אבן אביתור|רבי יוסף בן אבִיתוּר]] האט פארפאסט פיוטים צו זאגן ביים אנפאנג פון "ברוך שאמר" אויף ספעציעלע טעג. למשל, אויף [[פסח]]: "ברוך אשר א-ל עליון נקרא, יושב על שבעה רקיעים וסובלם כו'", אויף [[יום כיפור]]: "ברוך אשר אִשש דוק וחוג בעשרה מאמרות וכיללם", וואס זעצט פאר דערנאך מיט א לאנגע פיוט וועגן די עשרה מאמרות{{הערה|זעט [http://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=990021&page=2 "מאגרים" - מפעל המילון ההיסטורי]}}. | |||
==מנהגים און הלכות== | ==מנהגים און הלכות== | ||
לויט [[נוסח אשכנז]] זאגט מען ברוך שאמר בעפאר "[[הודו לה' קראו בשמו|הודו]]" כדי צו מקדים זיין די ברכה פאר אלע מזמורים{{הערה|שם=טור}}, און לויט [[נוסח ספרד]] נאך הודו, וויבאלד הודו איז א המשך פון די קרבנות און איז נישט ממש א חלק פון פסוקי דזמרה{{הערה|אשכול, [[שית:Kol_Bo/4|כל בו ד]]}}{{ביאור|אין ספר בעל שם טוב על התורה (פרשת נח אות קמ"ב) ווערט געברענגט א טעם פארוואס מען פירט זיך צו זאגן הודו בעפאר די פסוקי דזמרה און נישט אינמיטן, אבער אין די הגהות דארט (מקור מים חיים אות קל"ט) ווערט געברענגט אז אין סידור פון [[בעל שם טוב]] איז געשטאנען ברוך שאמר בעפאר הודו (אזוי ווי מנהג אשכנז).}}. | |||
דער רי"ף{{הערה|שם=ריף}} שרייבט אז מ'טאר נישט אויסרעדן פון אנהויב ברוך שאמר ביז נאך [[שמונה עשרה]]{{ביאור|עס ווערט דערציילט אז איינמאל האט דער [[חוזה פון לובלין]] געזען ווי זיין רבי, [[רבי אלימלך פון ליזענסק]], עגבערט זיך שטארק אויף אן עבירה, און זיין רבי האט אים ערקלערט אז דאס איז צוליב דעם וואס ער האט אויסגערעדט נאך וואס ער האט שוין אנגעהויבן הודו, צו פרעגן דעם נאמען פון א מקשה לילד וואס מ'האט מזכיר געווען. דער חוזה האט אים פרובירט בארואיגן אז ער האט נאך געהאלטן בעפאר ברוך שאמר, און מ'מעג נאך רעדן דאן, האט אים רבי אלימלך געזאגט אז דאך איז עס אן עבירה, וויבאלד לויט נוסח אשכנז זאגט מען הודו נאך ברוך שאמר, און הלוואי וועט מען מקבל זיין זיין [[תשובה]] ({{היברובוקס|רבי אברהם חיים שמחה בונם מיכלזאהן|אהל אלימלך|3933|אות רצ"ד|page=115}}).}}. | |||
דער טור שרייבט אז מען דארף זאגן ברוך שאמר מיט א ניגון און א זיסקייט{{הערה|שם=טור|{{טור|אורח חיים|נא}}}}. אין [[פראג]], ביז צום [[חורבן אייראפע]], איז געווען א חברה "מזמרי ברוך שאמר", וואס אירע מיטגלידער האבן זיך אונטערגענומען צו קומען פרי אין בית הכנסת און צוהעלפן מיט די געזאנג. רבי שמשון בן אליעזר הסופר פארציילט אין זיין הקדמה צום ספר [[ברוך שאמר (הלכות תפילין)|ברוך שאמר]] אז ער האט באקומען דעם צונאמען "ברוך שאמר", ווייל פון ווען ער איז אנגעקומען קיין פראג אלס יתום איז ער אלעמאל אויפגעשטאנען פרי און געזאגט ברוך שאמר מיט א זיס קול. [[רבי ישראל איסרלין|דער תרומת הדשן]] פלעגט פון ראש חודש אלול ביז נאך יום כיפור זינגען ברוך שאמר פאר כמעט א שעה{{הערה|רבי יוסף בן משה, [[לקט יושר]], [[שית:Leket_Yosher,_Volume_I_(Orach_Chayim)/16|חלק א, סימן טז]]}}. | |||
צוליב איר גרויסקייט זאגט מען עס שטייענדיג{{הערה|שם=אור זרוע}}, אפילו ביחידות{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|נא|ז|מפרש=רמ"א}}, ב"ח און מגן אברהם}}. על פי סוד כאפט מען אן די צוויי פאדערשטע [[ציצית]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|נא|מפרש=מגן אברהם}} ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם [[אריז"ל]]}}, וואס האבן צוזאמען צען קשרים אקעגן די עשר ספירות{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|כד|ה}} און באר היטב}}, און אקעגן עשרת הדברות אויף וואס די צען מאל ברוך זענען מרמז{{הערה|{{היברובוקס|רבי יהודה גרינוואלד|זכרון יהודה|747|סימן ט'|page=15}}}}; ווען מען ענדיגט ברוך שאמר גיבט מען א קיש די ציצית{{הערה|סידור "עבודת השם" אין נאמען פון אור צדיקים עמוד התפלה סימן ט"ז ס"ג.}}. טייל האבן זיך אבער קעגנגעשטעלט צו די מנהגים פון האלטן די ציצית ביי ברוך שאמר און עס קושן דערנאך{{הערה|זעט: [[רבי אברהם דוד ראבינאוויטש תאומים]], תפילת דוד אות ט'.}}. | |||
דער | אין די [[יעקע|יעקישע]] קהילות איז דער מנהג אז דער חזן זאגט דעם גאנצן תפלה פון ברוך שאמר הויך{{הערה|[http://www.moreshesashkenaz.org/mm/publications/Madrich.pdf מדריך למנהג אשכנז המובהק], בני ברק תשע"ד, זייט 23.}}, נישט ווי דעם גאנצן דאווענען וואס ער זאגט הויך נאר די אנפאנג און סוף פון יעדן שטיקל. פארהאן א מנהג צו זאגן ברוך שאמר אויפ'ן [[באלעמער]]{{הערה|אליה רבא, [[שית:Eliyah_Rabbah_on_Shulchan_Arukh,_Orach_Chayim/53|סימן נ"ג]]}}. | ||
עס איז כדאי צו דאווענען פון אינעווייניג פון [[סידור]], פון ברוך שאמר און ווייטער{{הערה|[[רבי אליהו די וידאש]], תוצאות חיים, עמוד 14}}. | |||
אין | === ברוך הוא === | ||
אינעם שילדערונג פון [[רבי נתן בן יצחק הבבלי]] ווי מען האט ממנה געווען א [[ריש גלותא]] אין [[בבל]] דערציילט ער אז אינעם ערשטן שבת האט דער חזן געזינגען "ברוך שאמר והיה העולם", און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא"; דער חזן האט געזאגט "ברוך עושה בראשית" און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא", און אזוי אויף יעדע שטיקל וואס פאנגט זיך אן "ברוך" האט מען געענטפערט "ברוך הוא"{{הערה|{{אוצר החכמה|2=חיבור רב נתן הלוי|3=179774|4=אין תורתן של גאונים - א|page=73}} געברענגט אין {{היברובוקס|רבי אברהם זכות|ספר יוחסין|11550|page=243}}.}} [[רבי שלמה אבן ווירגא]] ברענגט דעם סדר אויף אן אנדערן אופן: דער חזן האט אנגעהויבן "ברוך שאמר", און די ראשי הישיבות האבן געענטפערט "ברוך אומר ועושה", דערנאך האט דער חזן געזאגט "ברוך גוזר ומקיים", און זיי האבן געענטפערט "ברוך עושה בראשית", און אזוי ווייטער{{הערה|{{היברובוקס|רבי שלמה וירגא|שבט יהודה|44236|page=52}}}}. | |||
[[שלמה יהודה ראפאפארט]] דרינגט אויף פונעם שילדערונג פון רבי נתן הבבלי אז אריגינעל איז ברוך הוא ווי א פזמון וואס מען זאגט נאך יעדן ברוך, און דער איינצלנער ברוך הוא וואס ערשיינט אין די סידורים איז נאר אנצוצייגן דערויף{{הערה|{{אוצר החכמה|2=תולדות רבי אלעזר הקליר|3=613772|page=34|מקום הוצאה=ווארשא|שנת הוצאה=תרע"ג|כרך=א}}}}. זיין פלימעניק, דוד ראפאפארט, וויל אפילו זאגן אז 'ברוך שמו' וואס שטייט שפעטער איז אויך א פזמון, און פון דא שטאמט דער מנהג פון ענטפערן "[[ברוך הוא וברוך שמו]]" ווען מען דערמאנט דעם שם ה' ביי די ברכות{{הערה|[https://www.google.com/books/edition/Yeshurun/WuU1AQAAMAAJ?gbpv=1&pg=PA72 "רעיון אודות נוסחת תפלת ברוך שאמר"], קובץ ישרון העפט 3, לעמבערג תרי"ז, זייטן 72–73.}}. ווידער [[זעליגמאן בער]] טענה'ט אז דער סדר איז נאר געווען ווען מען האט עס געזינגען לכבוד דער ריש גלותא, אבער ביים דאווענען האט מען עס נישט געזינגען ווי א פזמון, נאר יעדער האט געזאגט דער גאנצער נוסח, אויך די ווערטער "ברוך הוא" וועלכע זענען א חלק פונעם גוף הברכה{{הערה|{{אוצר החכמה|זעליגמאן בער|סדר עבודת ישראל|610159|page=47|מקום הוצאה=רעדעלהיים|שנת הוצאה=תרכ"ח}}}}. [[רבי לוי בן חביב]] ברענגט א מיינונג פון איינעם אז 'ברוך הוא' איז א איבריגע הוספה וואס קומט נישט געזאגט צו ווערן, אבער ער קריגט דערויף{{הערה|שאלות ותשובות מהרלב"ח, סימן ע"ד}}. | |||
===ענטפערן אמן=== | ===ענטפערן אמן=== | ||
שורה 67: | שורה 76: | ||
*אויב מען האלט נאך "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם", מעג מען ענטפערן אמן אויף אלע ברכות, אבער אויפ'ן ברכה פון "ברוך שאמר" זעלבסט זאל מען נישט ענטפערן אמן אויב מען האט עס געהערט פון א צווייטן וואס האט געענדיגט דער ברכה. ענליך צו דעם איז דער דין לגבי איינער וואס האלט אינמיטן [[ישתבח]]. דער טעם פארוואס די ברכות זענען אנדערש פון אנדערע ברכות איז ווייל זיי ווערן נישט דערמאנט אין גמרא. | *אויב מען האלט נאך "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם", מעג מען ענטפערן אמן אויף אלע ברכות, אבער אויפ'ן ברכה פון "ברוך שאמר" זעלבסט זאל מען נישט ענטפערן אמן אויב מען האט עס געהערט פון א צווייטן וואס האט געענדיגט דער ברכה. ענליך צו דעם איז דער דין לגבי איינער וואס האלט אינמיטן [[ישתבח]]. דער טעם פארוואס די ברכות זענען אנדערש פון אנדערע ברכות איז ווייל זיי ווערן נישט דערמאנט אין גמרא. | ||
*נאך דעם צווייטן "ברוך אתה ה'", בעפאר מען האט געענדיגט "מלך מהולל בתשבחות", טאר מען נישט מפסיק זיין צו ענטפערן אמן אויף קיין שום ברכה<ref>{{שולחן ערוך|אורח חיים|נא|ב}} און [[משנה ברורה]] דארט.</ref>. | *נאך דעם צווייטן "ברוך אתה ה'", בעפאר מען האט געענדיגט "מלך מהולל בתשבחות", טאר מען נישט מפסיק זיין צו ענטפערן אמן אויף קיין שום ברכה<ref>{{שולחן ערוך|אורח חיים|נא|ב}} און [[משנה ברורה]] דארט.</ref>. | ||
אויב מען האט געענדיגט "ברוך שאמר" בעפאר דער [[שליח ציבור]] האט געענדיגט, ענטפערט מען אמן נאך דער ברכה פונ'ם שליח ציבור{{הערה|{{טור|אורח חיים|נא}}; {{שולחן ערוך|אורח חיים|נא| | אויב מען האט געענדיגט "ברוך שאמר" בעפאר דער [[שליח ציבור]] האט געענדיגט, ענטפערט מען אמן נאך דער ברכה פונ'ם שליח ציבור{{הערה|{{טור|אורח חיים|נא}}; {{שולחן ערוך|אורח חיים|נא|ב}}.}}. | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
* | * {{היברובוקס|רבי ישראל חיים פרידמאן|לקוטי מהרי"ח|33006|page=163|באנד=א|סופיקס=יא}} | ||
* | * ישראל דנדרוביץ, [http://www.rambish.org.il/journals/h/hapaamoin/vol004/hapaamoin_00451.pdf "פתקים מן השמים"], קובץ '''הפעמון''', גליון 4, זייטן 62–73 | ||
* {{אוצר החכמה|לקט מספרי חב"ד|אור התפלה|27024|page=87|עמ' עה–רנח|סופיקס=יא|כרך=ד}} | |||
* {{אוצר החכמה|משה חלמיש|חקרי קבלה ותפילה|186487|page=92|פרק ז|סופיקס=יא}} | |||
* {{אוצר החכמה|רבי צבי הירש פון שמאטריטש|כתם פז|605854|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשע"ו|סופיקס=יא}} | |||
* {{אוצר החכמה|רבי צבי היילפרין|קונטרס זכרון - עטרת צבי|613799|page=10|קעפל=ברכת ברוך שאמר|סופיקס=יא}} | |||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* {{ | * {{הפיוט והתפילה|1=1038|3=דער ברכה}} | ||
==נאטיצן== | ==נאטיצן== | ||
שורה 81: | שורה 94: | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{סדר התפילה}} | |||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:תפילות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פסוקי דזמרה]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[קאַטעגאָריע:ברכות]] | |||
{{אבן הפינה ארטיקל}} | |||
[[he:ברוך שאמר]] | [[he:ברוך שאמר]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:22, 8 יולי 2024
ברוך שאמר איז א ברכה וואס ווערט געזאגט טעגליך ביי שחרית, אלס אן אריינפיר צו פסוקי דזמרה, און איז צוזאמגעשטעלט פון א סעריע לויבונגען פאר'ן אויבערשטן ווי א פיוט, און דערנאך א לענגערע ברכה וואס שילדערט ווי זיינע ערליכע לויבן אים. ביים ענדע פון די פסוקי דזמרה ווערט געזאגט נאך א ברכה, ישתבח.
מקור
אנדערש ווי רוב טעגליכע ברכות, ווערט "ברוך שאמר" נישט דערמאנט אין תלמוד בבלי. עס ווערט צום ערשט דערמאנט אין זוהר[1] און אין תנא דבי אליהו[2], און ווערט אויך געברענגט בשם רב משה גאון (שנת ד'תקפ"ה בערך)[3]. דער פולער נוסח ווערט געברענגט דורך רב עמרם גאון[4]. לויט ווי געברענגט דורך טייל ראשונים, ווערט די ברכה שוין דערמאנט אין ספר היכלות[5]. דער רי"ף[6], נאכדעם וואס ער ברענגט דעם גמרא[7] וועגן "פסוקי דזמרה", לייגט ער צו אז די רבנן האבן מתקן געווען צו זאגן "ברוך שאמר" פאר דעם און "ישתבח" נאכדעם. אויך דער רמב"ם דערמאנט עס מיטן אויסדרוק "ותקנו חכמים"[8]. לויט איין מקור אין די ראשונים האבן עס די רבנן סבוראי מתקן געווען[9], און אויך די חוקרים יום טוב ליפמאן צונץ און יצחק משה עלבאגן שפעקולירן אז עס שטאמט פון דער תקופה פון די סבוראים. רבי חזקיה די סילווא האט אנגענומען אז עס שטאמט פון די גאונים[10], און דעריבער וואונדערט ער זיך וויאזוי האבן זיי געקענט מתקן זיין א נייע ברכה נאך דער חתימת התלמוד[א].
אין די ספרי קבלה ווערט געברענגט פון ספר אור זרוע פון רבי דוד בן יהודה החסיד אז די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען די ברכה, לויט א צעטל וואס איז אראפגעפאלן פון הימל, וואס דארט איז געשטאנען דער שבח[11][ב]. דאס ווערט געברענגט אין ב"ח[12] און אין טורי זהב[13].
די תקנה איז געווען אז ברוך שאמר און ישתבח זאלן דינען אלס פאר-ברכה און נאך-ברכה פון פסוקי דזמרה, פונקט ווי די חכמים האבן מתקן געווען א ברכה בעפאר און נאך הלל[14]. לויט איינער פון די אחרונים דינט ברוך שאמר ווי א ברכת המצוה אויף פסוקי דזמרה[15]. א צווייטער קריגט אבער דערויף, אז מען האט נישט מתקן געווען די ברכה צוליב די זמירות נאר צוליב דעם צעטל וואס איז אראפגעפאלן, און מען האט בלויז באשטימט דעם ארט דערפון בעפאר די פסוקי דזמרה[16].
נוסחאות
אינעם נוסח ארץ ישראל האט מען בכלל נישט געזאגט די ברכה, נאר בעפאר די פסוקי דזמרה (וואס זיי האבן געזאגט אויף אן אנדערן סדר) האבן זיי געזאגט אן אנדערן ברכה, וועלכע זיי האבן אויך געזאגט אין אנדערע געלעגנהייטן פאר'ן זאגן קאפיטלעך פון תהלים, ווי בעפאר מעריב פון שבת און יום טוב[ג]. אין א שפעטערע תקופה זענען אריינגעקומען מנהגים פון בבל אינעם נוסח פון ארץ ישראל, און מען האט אנגעהויבן זאגן, אין צוגאב צום סדר פון ארץ-ישראל אדער אנשטאט דעם, די פסוקי דזמרה פון בבל, מיט ברוך שאמר בעפאר זיי[17].
אין די סידורים פון די גאונים[18] ווי אויך אינעם נוסח פון רמב"ם און אין תכלאל, זענען פארהאן פארשידענע ווערסיעס פון ברוך שאמר, טייל פון זיי לענגערע. אזוי האט מען זיך אמאל געפירט ביי די ספרדים און אין נוסח פרס, וואו מען האט למשל צוגעלייגט: ”ברוך מעביר אפילה ומביא אורה, ברוך א-ל חי לעד וקיים לנצח, ברוך שאין לפניו עולה ולא שכחה [לא כזב ולא מרמה[19]] ולא משוא פנים ולא מקח שוחד, צדיק הוא בכל דרכיו, ברוך הוא וברוך שמו; ברוך זכרו לעולמי עד”[20]. דער מנהג איז נאך געבליבן אין די ספרד'ישע קהילות פון מערב-אייראפע, און אין טייל פון די קהילות אין מאראקא האט מען געזאגט דעם לענגערן נוסח אום שבת[21]. אין איין כתב יד פון די ראָמאַניאָטן איז דא אן אנדערן נוסח, גאר לאנג, געבויט לויט'ן סדר פונעם גאנצן אלף בית, און נאך יעדע פאר אותיות האט מען געזאגט: 'ברוך הוא'[22].
דאקעגן, אין די נוסחאות פון אשכנז, צרפת, איטאליע, און רוב נוסחאות פון די ראמאניאטן איז דער נוסח פיל קורצער[20]. לויט מקורות אין קבלה[23] זענען פארהאן אין דעם ברכה 87 ווערטער, און דער סימן דערצו איז: "ראשׁוֹ כֶּתֶם פָּ"ז[24]". דער מהרש"ל שרייבט אז דער ברכה פארמאגט צען מאל ברוך, נישט רעכענענדיג ברוך הוא און ברוך שמו, אקעגן עשרת הדברות[25], אדער אקעגן די עשרה מאמרות מיט וואס די וועלט איז באשאפן געווארן. במשך די דורות, צווישן אנדערן דורך די השפעה פון אר"י, זענען די מערסטע טייל פון ספרדים אריבערגעגאנגען צום קורצערן נוסח[26].
טעקסט און איבערזעצונג
|
„געבענטשט איז דער וואס האט געזאגט און עס איז געווארן דער וועלט. געבענטשט איז ער.“ |
|
„געבענטשט איז דער וואס זאגט און טוט. געבענטשט איז דער וואס פארשפּרעכט און האלט איין. געבענטשט איז דער וואס מאכט די ווערק פון בראשית. געבענטשט איז דער וואס וואס דערבארעמט זיך אויף די ערד.“ |
|
„געבענטשט איז דער וואס דערבארעמט זיך אויף די באשעפענישן. געבענטשט איז דער וואס באצאלט א גוטע לוין פאר די וואס פארכטן אים. געבענטשט איז דער וואס לעבט אויף אייביג און עקזיסטירט אויף שטענדיג. געבענטשט איז דער וואס טוט אויסלייזן און רעטן. געבענטשט איז זיין נאמען.“ |
|
„געבענטשט ביזטו ה' אונזער גאט דער קעניג פון דער וועלט. דער שטארקער גאט. דער דערבארעמדיגער פאטער. וואס איז געלויבט אין מויל פון זיין פאלק. ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט.“ |
|
„און מיט די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט וועלן מיר דיך לויבן, ה' אונזער גאט, מיט רום און געזאנג, און מיר וועלן דיך גרויסן, און מיר וועלן דיך רימען, און מיר וועלן דיך באשיינען, און מיר וועלן דיך קרוינען, און מיר וועלן דערמאנען דיין נאמען, אונזער קעניג אונזער גאט, דער איינציגער, וואס געבט לעבן פאר אלע וועלטן. דער קעניג וואס איז בארימט און באשיינט ביז אייביג זיין גרויסן נאמען. געבענטשט ביזטו ה', דער קעניג וואס איז געלויבט מיט רום.“ |
הוספות
האדרת והאמונה
אין סידור הרוקח[37] שטייט אז ברוך שאמר איז נתקן געווארן קעגן האדרת והאמונה, ווייל אזוי שטייט אין ספר רקמה פון די שריפט פון מלאכים, אז האדרת והאמונה איז זייער שיר. אין סידור רבי הירץ ווערט געברענגט אז האדרת והאמונה האט אויך 87 ווערטער, ווי אין ברוך שאמר און ווי די אותיות אין ברכת כהנים; ער פירט אבער אויס אז ער קען נישט מכוון זיין דעם חשבון[38]. אין סידור רבי קאפיל ווערט געברענגט אז ווען אידן זאגן ברוך שאמר זאגן די מלאכים האדרת והאמונה.
דער צושטעל אז ביידע האבן 87 ווערטער שטייט אויך אין פרי עץ חיים[39], און ער שרייבט אז זאל מען זאגן דעם פיוט האדרת והאמונה יעדן טאג פאר ברוך שאמר. ביי חסידים איז איינגעפירט עס צו זאגן יעדן שבת און יום טוב.
הריני מזמן את פי
אין סידורים איז געדרוקט צו זאגן בעפאר ברוך שאמר: "הריני מזמן את פי להודות ולהלל ולשבח את בוראי, לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה על ידי ההוא טמיר ונעלם בשם כל ישראל". צווישן די וואס זאגן הודו בעפאר ברוך שאמר זענען פארהאן וואס זאגן שוין דעם הריני מזמן פאר הודו[40].
שבת און יום טוב
אין די ישיבות פון ארץ ישראל אין דער תקופה פון די גאונים האט מען געזאגט דעם אנפאנג פון "ברוך שאמר" נאר אום שבת און יום טוב, און אין די וואכן טעג האט מען אנגעהויבן מיט די ברכה זעלבסט (ברוך אתה ה' וכו'). אזוי שטייט אויך אין סידור רב סעדיה גאון. אין סדר רב עמרם גאון שטייט אז שבת לייגט מען צו: ”ברוך אשר נתן מנוחה לעמו ישראל”, און יום טוב: ”ברוך אשר נתן מועדי שמחה וחגי נדבה לעמו ישראל”.
אינעם אמאליגן נוסח פון די ספרדים לייגט מען צו אום שבת: ”ברוך המנחיל מנוחה לעמו ישראל ביום שבת קודש”, און אין יום טוב: ”ברוך שנתן לעמו ישראל את יום חג [פלוני] הזה, את יום טוב מקרא קודש הזה”.
רבי יוסף בן אבִיתוּר האט פארפאסט פיוטים צו זאגן ביים אנפאנג פון "ברוך שאמר" אויף ספעציעלע טעג. למשל, אויף פסח: "ברוך אשר א-ל עליון נקרא, יושב על שבעה רקיעים וסובלם כו'", אויף יום כיפור: "ברוך אשר אִשש דוק וחוג בעשרה מאמרות וכיללם", וואס זעצט פאר דערנאך מיט א לאנגע פיוט וועגן די עשרה מאמרות[41].
מנהגים און הלכות
לויט נוסח אשכנז זאגט מען ברוך שאמר בעפאר "הודו" כדי צו מקדים זיין די ברכה פאר אלע מזמורים[42], און לויט נוסח ספרד נאך הודו, וויבאלד הודו איז א המשך פון די קרבנות און איז נישט ממש א חלק פון פסוקי דזמרה[43][ה].
דער רי"ף[6] שרייבט אז מ'טאר נישט אויסרעדן פון אנהויב ברוך שאמר ביז נאך שמונה עשרה[ו].
דער טור שרייבט אז מען דארף זאגן ברוך שאמר מיט א ניגון און א זיסקייט[42]. אין פראג, ביז צום חורבן אייראפע, איז געווען א חברה "מזמרי ברוך שאמר", וואס אירע מיטגלידער האבן זיך אונטערגענומען צו קומען פרי אין בית הכנסת און צוהעלפן מיט די געזאנג. רבי שמשון בן אליעזר הסופר פארציילט אין זיין הקדמה צום ספר ברוך שאמר אז ער האט באקומען דעם צונאמען "ברוך שאמר", ווייל פון ווען ער איז אנגעקומען קיין פראג אלס יתום איז ער אלעמאל אויפגעשטאנען פרי און געזאגט ברוך שאמר מיט א זיס קול. דער תרומת הדשן פלעגט פון ראש חודש אלול ביז נאך יום כיפור זינגען ברוך שאמר פאר כמעט א שעה[44].
צוליב איר גרויסקייט זאגט מען עס שטייענדיג[11], אפילו ביחידות[45]. על פי סוד כאפט מען אן די צוויי פאדערשטע ציצית[46], וואס האבן צוזאמען צען קשרים אקעגן די עשר ספירות[47], און אקעגן עשרת הדברות אויף וואס די צען מאל ברוך זענען מרמז[48]; ווען מען ענדיגט ברוך שאמר גיבט מען א קיש די ציצית[49]. טייל האבן זיך אבער קעגנגעשטעלט צו די מנהגים פון האלטן די ציצית ביי ברוך שאמר און עס קושן דערנאך[50].
אין די יעקישע קהילות איז דער מנהג אז דער חזן זאגט דעם גאנצן תפלה פון ברוך שאמר הויך[51], נישט ווי דעם גאנצן דאווענען וואס ער זאגט הויך נאר די אנפאנג און סוף פון יעדן שטיקל. פארהאן א מנהג צו זאגן ברוך שאמר אויפ'ן באלעמער[52].
עס איז כדאי צו דאווענען פון אינעווייניג פון סידור, פון ברוך שאמר און ווייטער[53].
ברוך הוא
אינעם שילדערונג פון רבי נתן בן יצחק הבבלי ווי מען האט ממנה געווען א ריש גלותא אין בבל דערציילט ער אז אינעם ערשטן שבת האט דער חזן געזינגען "ברוך שאמר והיה העולם", און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא"; דער חזן האט געזאגט "ברוך עושה בראשית" און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא", און אזוי אויף יעדע שטיקל וואס פאנגט זיך אן "ברוך" האט מען געענטפערט "ברוך הוא"[54] רבי שלמה אבן ווירגא ברענגט דעם סדר אויף אן אנדערן אופן: דער חזן האט אנגעהויבן "ברוך שאמר", און די ראשי הישיבות האבן געענטפערט "ברוך אומר ועושה", דערנאך האט דער חזן געזאגט "ברוך גוזר ומקיים", און זיי האבן געענטפערט "ברוך עושה בראשית", און אזוי ווייטער[55].
שלמה יהודה ראפאפארט דרינגט אויף פונעם שילדערונג פון רבי נתן הבבלי אז אריגינעל איז ברוך הוא ווי א פזמון וואס מען זאגט נאך יעדן ברוך, און דער איינצלנער ברוך הוא וואס ערשיינט אין די סידורים איז נאר אנצוצייגן דערויף[56]. זיין פלימעניק, דוד ראפאפארט, וויל אפילו זאגן אז 'ברוך שמו' וואס שטייט שפעטער איז אויך א פזמון, און פון דא שטאמט דער מנהג פון ענטפערן "ברוך הוא וברוך שמו" ווען מען דערמאנט דעם שם ה' ביי די ברכות[57]. ווידער זעליגמאן בער טענה'ט אז דער סדר איז נאר געווען ווען מען האט עס געזינגען לכבוד דער ריש גלותא, אבער ביים דאווענען האט מען עס נישט געזינגען ווי א פזמון, נאר יעדער האט געזאגט דער גאנצער נוסח, אויך די ווערטער "ברוך הוא" וועלכע זענען א חלק פונעם גוף הברכה[58]. רבי לוי בן חביב ברענגט א מיינונג פון איינעם אז 'ברוך הוא' איז א איבריגע הוספה וואס קומט נישט געזאגט צו ווערן, אבער ער קריגט דערויף[59].
ענטפערן אמן
לגבי ענטפערן אמן אינמיטן "ברוך שאמר":
- אויב מען האלט אינמיטן דעם ערשטן שטיקל בעפאר "ברוך אתה ה'", איז כאילו מען האט נאכנישט אנגעהויבן דער ברכה, און מען מעג ענטפערן אמן אויף אלע ברכות.
- אויב מען האלט נאך "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם", מעג מען ענטפערן אמן אויף אלע ברכות, אבער אויפ'ן ברכה פון "ברוך שאמר" זעלבסט זאל מען נישט ענטפערן אמן אויב מען האט עס געהערט פון א צווייטן וואס האט געענדיגט דער ברכה. ענליך צו דעם איז דער דין לגבי איינער וואס האלט אינמיטן ישתבח. דער טעם פארוואס די ברכות זענען אנדערש פון אנדערע ברכות איז ווייל זיי ווערן נישט דערמאנט אין גמרא.
- נאך דעם צווייטן "ברוך אתה ה'", בעפאר מען האט געענדיגט "מלך מהולל בתשבחות", טאר מען נישט מפסיק זיין צו ענטפערן אמן אויף קיין שום ברכה[60].
אויב מען האט געענדיגט "ברוך שאמר" בעפאר דער שליח ציבור האט געענדיגט, ענטפערט מען אמן נאך דער ברכה פונ'ם שליח ציבור[61].
צו ליינען מער
- רבי ישראל חיים פרידמאן, לקוטי מהרי"ח א, אויף היברובוקס
- ישראל דנדרוביץ, "פתקים מן השמים", קובץ הפעמון, גליון 4, זייטן 62–73
- לקט מספרי חב"ד, אור התפלה ד, עמ' עה–רנח, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- משה חלמיש, חקרי קבלה ותפילה, פרק ז, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- רבי צבי הירש פון שמאטריטש, כתם פז, ירושלים, תשע"ו, אויף אוצר החכמה
- רבי צבי היילפרין, "ברכת ברוך שאמר", קונטרס זכרון - עטרת צבי, אויף אוצר החכמה
דרויסנדיגע לינקס
- דער ברכה ברוך שאמר, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
נאטיצן
- ↑ אויף אנדערע ברכות (ווי צום ביישפיל די ברכות פון המקדש שמו ברבים, ברוך ה' לעולם, און אשר צג אגוז), געפינען מיר א התנגדות אין פוסקים, צוליב דעם וואס די ברכות ווערן נישט דערמאנט אין ש"ס. אבער די ברכה פון "ברוך שאמר" איז געווארן אנגענומען ביי אלעמען אן א חולק, אזוי ווי די ברכה פון הנותן ליעף כח.
- ↑ די ווערטער פון אור זרוע זענען נישט אינגאנצן קלאר, וויבאלד ביים ענדע פירט ער אויס אז דער נוסח איז מקובל איש מפי איש ביז משה מפי הגבורה.
- ↑ דער נוסח פון די ברכה: ”בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר בָּחַר בְּדָוִיד עַבְדּוֹ, וְרָצָה בְשִׁירֵי קָדְשׁוֹ, לְפָאֲרוֹ לְהַלְּלוֹ לְרוֹמְמוֹ לְתָקְפּוֹ עַל כָּל גְּבוּרוֹתָיו. בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵי דָוִד, מַצְמִיחַ יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה וקְרוֹבָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל, וּבוֹנֵה יְרוּשָׁלָיִם”.
- ↑ לויט דעם אריגינעלן מנהג פון פסוקי דזמרה, האט מען נאר געזאגט פסוקים פון דוד המלך, און דעריבער ווערט אין דער ברכה באצייכנט דווקא די שירה פון דוד. (דער רמב"ם דערמאנט דעם מנהג צו זאגן "אז ישיר", אבער הערשט נאך די ברכה פון "ישתבח", וויבאלד עס איז נישט פון די שירות פון דוד). לויט דעם שפעטערן מנהג האט מען אויך אריינגעלייגט אין פסוקי דזמרה דעם שירת הים, אבער די ברכה איז געבליבן מיט איר אריגינעלן נוסח. דער שבח פון נשמת האט מען אויך מתקן געווען צו זאגן שבת און יום טוב אלס א סיום צו די שירות פון דוד.
- ↑ אין ספר בעל שם טוב על התורה (פרשת נח אות קמ"ב) ווערט געברענגט א טעם פארוואס מען פירט זיך צו זאגן הודו בעפאר די פסוקי דזמרה און נישט אינמיטן, אבער אין די הגהות דארט (מקור מים חיים אות קל"ט) ווערט געברענגט אז אין סידור פון בעל שם טוב איז געשטאנען ברוך שאמר בעפאר הודו (אזוי ווי מנהג אשכנז).
- ↑ עס ווערט דערציילט אז איינמאל האט דער חוזה פון לובלין געזען ווי זיין רבי, רבי אלימלך פון ליזענסק, עגבערט זיך שטארק אויף אן עבירה, און זיין רבי האט אים ערקלערט אז דאס איז צוליב דעם וואס ער האט אויסגערעדט נאך וואס ער האט שוין אנגעהויבן הודו, צו פרעגן דעם נאמען פון א מקשה לילד וואס מ'האט מזכיר געווען. דער חוזה האט אים פרובירט בארואיגן אז ער האט נאך געהאלטן בעפאר ברוך שאמר, און מ'מעג נאך רעדן דאן, האט אים רבי אלימלך געזאגט אז דאך איז עס אן עבירה, וויבאלד לויט נוסח אשכנז זאגט מען הודו נאך ברוך שאמר, און הלוואי וועט מען מקבל זיין זיין תשובה (רבי אברהם חיים שמחה בונם מיכלזאהן, אהל אלימלך, אות רצ"ד).
רעפערענצן
- ↑ ספר הזוהר, פרשת ויקהל, דף רט"ו, עמוד ב'
- ↑ תנא דבי אליהו זוטא פרק ד', א
- ↑ געברענגט אין ספר הערוך ערך תפל ג', און פון דארט אין הגהות מיימוניות אויפ'ן רמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק ז, הלכה יב.
- ↑ סדר רב עמרם גאון, סדר פסוקי דזמרה: "וכשנכנסין ישראל בבתי כנסיות שלהן בעירות להתפלל עומד חזן הכנסת ופותח: ברוך שאמר..."
- ↑ זעט: טור, אורח חיים, סימן נ"א, און רבי יצחק אבוהב, מנורת המאור, סי' צ"ג, וועלכע ברענגען פון דארט אז אין ברוך שאמר זענען פארהאן 87 ווערטער. אין די געדרוקטע ספרי היכלות איז דאס נישטא.
- ↑ 6.0 6.1 רי"ף מסכת ברכות דף כ"ג פון די דפים פונעם רי"ף (ווילנער דרוק). זעט אויך רבינו יונה דארט (ד"ה ותקינו רבנן) אין נאמען פון רב עמרם גאון.
- ↑ שבת קיח, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר אהבה, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק ז', הלכה י"ב, לויט דער נוסח פון די כתבי יד און ווי נאכגעברענגט אין ספר הבתים און אין ספר השולחן. (און רוב שפעטערע דרוקן שטייט נישט דאס ווארט "חכמים"). זעט משכנות יעקב, אורח חיים סימן ס"ז, וועלכער דרינגט אויף פון דער סדר פון די הלכות אין רמב"ם אז די ברכה איז איינגעפירט געווארן נאך איידער ברכת המינים.
- ↑ סידור חסידי אשכנז, אות כ"ח
- ↑ פרי חדש, סימן נא סעיף א. אזוי קוקט אויך אויס אין מאירי, ברכות לא, ב
- ↑ 11.0 11.1 רבי דוד בן יהודה החסיד (נישט פארטוישן מיט'ן באקאנטן אור זרוע), אין אור זרוע, ירושלים, תשס"ט, עמ' 124 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), געברענגט אין תולעת יעקב פון רבי מאיר אבן גבאי
- ↑ בית חדש, אורח חיים, סימן נ"ג
- ↑ טורי זהב, אורח חיים, סימן נ"א, ס"ק א'.
- ↑ ספר האשכול, הוצאת אלבעק עמוד 11
- ↑ רבי יצחק הררי, זכור ליצחק סימן ז'
- ↑ כף החיים, אורח חיים סימן נ"א סק"ז
- ↑ שרה חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, בר אילן אוניווערסיטעט תשע"ג, זייטן 2–3, און זייטן 9–10, ספריית אסיף.
- ↑ למשל סדר רב עמרם גאון, זעט קובץ תורני, זכור לאברהם, חולון, תשס"ד
- ↑ נוסח תימן און רמב"ם.
- ↑ 20.0 20.1 חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, זייטן 3–5, און זייטן 10–19.
- ↑ סידור "אבותינו", ירושלים תשע"ד, עמוד 444
- ↑ סדור תפלות השנה למנהג קהלות רומניא, ווענעציע רפ"ג, דף כ"ט עמוד ב'
- ↑ ספר היכלות, לויט ווי געברענגט דורך טור, אורח חיים, סימן נ"א, און רבי יצחק אבוהב, מנורת המאור, סי' צ"ג; פירושי סידור התפילה לרוקח, זייט מו; אור זרוע, ירושלים, תשס"ט, עמ' 124 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ שיר השירים ה, יא
- ↑ רבי שלמה לוריא, שו"ת מהרש"ל, לובלין שנ"ט, סימן סד, דף נד ע"ב
- ↑ חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, זייטן 68–69.
- ↑ לויט נוסח אשכנז איז דער סדר: "ברוך עושה בראשית, ברוך אומר ועושה, ברוך גוזר ומקיים, ברוך מרחם על הארץ".
- ↑ טייל זאגן אז דער גר"א האט נישט גורס געווען די ווערטער "ברוך מרחם על הבריות", אבער אנדערע זאגן אז דאס איז נישט מוכרח (זעט די סידורים "אזור אליהו" און "מעדני אשר").
- ↑ לויט איין מקור זאגט מען נישט "הא-ל", ווייל מען האט שוין דערמאנט "אלקינו" (אבודרהם, געברענגט אין דרכי משה, אורח חיים, סימן נ"א). דער דרכי משה זאגט אבער מען זאל עס יא זאגן, כדי עס זאל שטימען דער חשבון פון 87 ווערטער. דער וואס זאגט עס נישט, זאל עס משלים זיין מיט זאגן "ברוך עושה מעשה בראשית (אליה רבא, אורח חיים סימן נ"א).
- ↑ טייל בעלי מדקדקים האבן געטוישט דעם ווארט פאר "האב" (מיט ה' הידיעה). דער מקור פון דעם שינוי נעמט זיך פונ'ם משכיל'ישער בעל מדקדק יצחק סאטאנאוו אין זיין סידור "ויעתר יצחק" (לויט סידור "אזור אליהו").
- ↑ דער נוסח ("בפֶה", מיט א סגול) ווערט אראפגעברענגט אין מגן אברהם, אורח חיים, סימן נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם אריז"ל, און אזוי ווערט אויך געברענגט אין משנה ברורה, דארט. אנדערע זאגן אז לויט דעם דקדוק דארף מען זאגן "בפִי" מיט א חיריק (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון גר"א און רבי וואלף היידנהיים).
- ↑ טייל זאגן אז די ווערטער "ובשירי דוד עבדך" גייען אויף ארויף: "ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט און אין די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט." דערנאך הייבט זיך אן א נייע זאץ: "מיר וועלן דיך לויבן" וכו' (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון סידור הרב און דער גר"א). לויט אנדערע גייען די ווערטער אויף אראפ (זעט סידור "מעדני אשר").
- ↑ טייל סידורים נוסח אשכנז זענען גורס "נגדלך" אן א ו' (למשל, סידור "מעדני אשר"), אבער אנדערע זענען גורס מיט א ו' (זעט סידור "אזור אליהו").
- ↑ אין טייל סידורים נוסח אשכנז איז דער סדר: "ונזכיר שמך ונמליכך מלכנו". און אזוי איז דער נוסח פונעם גר"א (זעט סידור "אזור אליהו").
- ↑ דער גר"א און רבי חיים אלעזר שפירא זענען גורס "חי" מיט א צירי אונטערן ח', אבער אין די אלטע סידורים איז דער ח' געווען מיט א פתח (זעט סידור "אזור אליהו" און דרכי חיים ושלום סי' קל"ג)
- ↑ "בתשבחות" זאגט מען מיט א חיריק אונטערן ת' (מגן אברהם, אורח חיים, סימן נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם אריז"ל; משנה ברורה, דארט; און אזוי האט רבי שבתי סופר פארראכטן אין זיין סידור (צווישן די יארן ה'שע"ד–ה'שע"ח). אין די אלטע סידורים פון בעפאר רבי שבתי סופר איז געשטאנען מיט א שורק אונטערן ת' (לויט סידור "אזור אליהו").
- ↑ פירושי סידור התפילה לרוקח, זייט מו
- ↑ סידור ר' הירץ, ביי די תפילות פון יום כיפור
- ↑ פרי עץ חיים, שער הזמירות פ"ד, אין הגה
- ↑ רבי צבי הירש שפירא, צבי תפארת, סי פ"א אות ב'
- ↑ זעט "מאגרים" - מפעל המילון ההיסטורי
- ↑ 42.0 42.1 טור, אורח חיים, סימן נ"א
- ↑ אשכול, כל בו ד
- ↑ רבי יוסף בן משה, לקט יושר, חלק א, סימן טז
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ז', ב"ח און מגן אברהם
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם אריז"ל
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן כ"ד, סעיף ה' און באר היטב
- ↑ רבי יהודה גרינוואלד, זכרון יהודה, סימן ט'
- ↑ סידור "עבודת השם" אין נאמען פון אור צדיקים עמוד התפלה סימן ט"ז ס"ג.
- ↑ זעט: רבי אברהם דוד ראבינאוויטש תאומים, תפילת דוד אות ט'.
- ↑ מדריך למנהג אשכנז המובהק, בני ברק תשע"ד, זייט 23.
- ↑ אליה רבא, סימן נ"ג
- ↑ רבי אליהו די וידאש, תוצאות חיים, עמוד 14
- ↑ חיבור רב נתן הלוי, אין תורתן של גאונים - א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) געברענגט אין רבי אברהם זכות, ספר יוחסין.
- ↑ רבי שלמה וירגא, שבט יהודה
- ↑ תולדות רבי אלעזר הקליר א, ווארשא, תרע"ג
- ↑ "רעיון אודות נוסחת תפלת ברוך שאמר", קובץ ישרון העפט 3, לעמבערג תרי"ז, זייטן 72–73.
- ↑ זעליגמאן בער, סדר עבודת ישראל, רעדעלהיים, תרכ"ח (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ שאלות ותשובות מהרלב"ח, סימן ע"ד
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ב' און משנה ברורה דארט.
- ↑ טור, אורח חיים, סימן נ"א; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ב'.