אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כוזרים"
ק (החלפת טקסט – "[[פּ" ב־"[[פ") |
אין תקציר עריכה |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = historical semi-nomadic Turkic ethnic group|העב=עם היסטורי|דייטש=semi-nomadisches Turkvolk in Osteuropa und Zentralasien|}} | |||
[[טעקע:Chasaren.jpg|thumb|400px|כאַזאַרישער קאַגאַנאַט]] | [[טעקע:Chasaren.jpg|thumb|400px|כאַזאַרישער קאַגאַנאַט]] | ||
'''כּוזרים''', אָדער '''כאַזאַרן''', זענען געווען אַ גרופּע [[טירקישע שפראכן|טירקיש־ריידיקע]] שבטים, וואָס האָבן געשאַפן אַ גרויסע מלוכה צווישן [[קאספישער ים|קאַספּישן]] און [[שווארצער ים|שוואַרצן]] ימים, וואָס האָט זי עקזיסטירט אין מיטל־עלטער פון בערך 650 יאָר ביז זיין אַראָפּפאַל אין 969. אין דער אידישער וועלט זענען זיי מערסטנס באַקאַנט פאַר דער פּרשה פונעם [[גיור]] פון אַ טייל כוזרים<ref name=Golden07/><ref name=Brook06/>. | '''כּוזרים''', אָדער '''כאַזאַרן''', זענען געווען אַ גרופּע [[טירקישע שפראכן|טירקיש־ריידיקע]] שבטים, וואָס האָבן געשאַפן אַ גרויסע מלוכה צווישן [[קאספישער ים|קאַספּישן]] און [[שווארצער ים|שוואַרצן]] ימים, וואָס האָט זי עקזיסטירט אין מיטל־עלטער פון בערך 650 יאָר ביז זיין אַראָפּפאַל אין 969. אין דער אידישער וועלט זענען זיי מערסטנס באַקאַנט פאַר דער פּרשה פונעם [[גיור]] פון אַ טייל כוזרים<ref name=Golden07/><ref name=Brook06/>. | ||
== שפּראַך == | == שפּראַך == | ||
[[טעקע:Khazar word in the Kievian letter.PNG|thumb|400px|כאַזאַרישע אויפשריפט אויפן קיעווער בריוו, אָנגעשריבן מיט | [[טעקע:Khazar word in the Kievian letter.PNG|thumb|400px|כאַזאַרישע אויפשריפט אויפן קיעווער בריוו, אָנגעשריבן מיט אַלט־אונגארישע רונען (געליינט פון רעכטס אויף לינקס): "מיר האָבן געליינט. איליק"]] | ||
די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ היינט געשטאָרבענע שפּראַך, וואָס האָט בפירוש געהערט צו [[טירקישע שפּראַכן]]<ref name=Erdal07/>, הגם ס'איז געווען אין גאַנצן ניט קלאָר פריער<ref name=Harkavy65/>. די כאַזאַרן אַליין האָבן באַניצט אַ [[רונען|רונישן]] כתב (אָדער כתבן): די סימבאָלן געהערן צו אַלט־טירקישע<ref name=Pletneva76/> אָדער (אויפן [[קיעווער בריוו]]) להיפוך צו | די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ היינט געשטאָרבענע שפּראַך, וואָס האָט בפירוש געהערט צו [[טירקישע שפּראַכן]]<ref name=Erdal07/>, הגם ס'איז געווען אין גאַנצן ניט קלאָר פריער<ref name=Harkavy65/>. די כאַזאַרן אַליין האָבן באַניצט אַ [[רונען|רונישן]] כתב (אָדער כתבן): די סימבאָלן געהערן צו אַלט־טירקישע<ref name=Pletneva76/> אָדער (אויפן [[קיעווער בריוו]]) להיפוך צו אַלט־אונגארישע רונען<ref name=Hosszu12/>. די אויפשריפטן זענען אָבער קורץ און גאַנצע פראַזעס, וואס וואלטן דערמעגליכט דעשיפרירונג, זענען זייער זעלטן. אַנדערע לינגוויסטישע ראַיות קומען פון [[העברעאיש|לשון־קודשדיקע]], [[אַראַביש]]ע און [[גריכיש]]ע מקורים. | ||
די פראַגע וועגן באַציאונגען פון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז ווייט ניט בולט, ס'איז אַפילו שווער צו אַנטשיידן, צי די שפּראַכן פון [[טשואוואַשן]] און [[וואָלגע־בולגאַרן]], וואָס שליסן איין זייער אַ ספּעציפישע צווייג פון טירקישע שפּראַכן, זענען קרובים צום כאַזאַרישן לשון<ref name=Erdal07/>, הגם עס זענען דאָ ראַיות, אַז כאַזאַריש איז געווען נאָענטער צו כלל־טירקעשע לשונות<ref name=Hosszu12/>. | די פראַגע וועגן באַציאונגען פון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז ווייט ניט בולט, ס'איז אַפילו שווער צו אַנטשיידן, צי די שפּראַכן פון [[טשואוואַשן]] און [[וואָלגע־בולגאַרן]], וואָס שליסן איין זייער אַ ספּעציפישע צווייג פון טירקישע שפּראַכן, זענען קרובים צום כאַזאַרישן לשון<ref name=Erdal07/>, הגם עס זענען דאָ ראַיות, אַז כאַזאַריש איז געווען נאָענטער צו כלל־טירקעשע לשונות<ref name=Hosszu12/>. | ||
שורה 46: | שורה 47: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ממלכת הכוזרים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:50, 19 יוני 2024
כּוזרים, אָדער כאַזאַרן, זענען געווען אַ גרופּע טירקיש־ריידיקע שבטים, וואָס האָבן געשאַפן אַ גרויסע מלוכה צווישן קאַספּישן און שוואַרצן ימים, וואָס האָט זי עקזיסטירט אין מיטל־עלטער פון בערך 650 יאָר ביז זיין אַראָפּפאַל אין 969. אין דער אידישער וועלט זענען זיי מערסטנס באַקאַנט פאַר דער פּרשה פונעם גיור פון אַ טייל כוזרים[1][2].
שפּראַך
די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ היינט געשטאָרבענע שפּראַך, וואָס האָט בפירוש געהערט צו טירקישע שפּראַכן[3], הגם ס'איז געווען אין גאַנצן ניט קלאָר פריער[4]. די כאַזאַרן אַליין האָבן באַניצט אַ רונישן כתב (אָדער כתבן): די סימבאָלן געהערן צו אַלט־טירקישע[5] אָדער (אויפן קיעווער בריוו) להיפוך צו אַלט־אונגארישע רונען[6]. די אויפשריפטן זענען אָבער קורץ און גאַנצע פראַזעס, וואס וואלטן דערמעגליכט דעשיפרירונג, זענען זייער זעלטן. אַנדערע לינגוויסטישע ראַיות קומען פון לשון־קודשדיקע, אַראַבישע און גריכישע מקורים.
די פראַגע וועגן באַציאונגען פון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז ווייט ניט בולט, ס'איז אַפילו שווער צו אַנטשיידן, צי די שפּראַכן פון טשואוואַשן און וואָלגע־בולגאַרן, וואָס שליסן איין זייער אַ ספּעציפישע צווייג פון טירקישע שפּראַכן, זענען קרובים צום כאַזאַרישן לשון[3], הגם עס זענען דאָ ראַיות, אַז כאַזאַריש איז געווען נאָענטער צו כלל־טירקעשע לשונות[6].
רעליגיע
פּאַגאַניזם
תחילת זענען די כוזרים געווען פאַגאַנער: זיי האָבן געדינט נאַטירליכע כוחות און האָבן געשמועסט מיט גייסטער דורך שאַמאַנען. דער פאַנטעאָן פון געטער ביי כאַזאַרן איז געווען ענליך צו דעם פון אנדערע טירקישע (און מאָנגאָלישע) שבטים. בראָש פונעם פּאַנטעאָן איז געשטאַנען טענגרי, דער גאָט פון הימל און, לויט זייערע פאָרשטעלונגען, דער שאַפער פונעם עולם. אַנדערע געטער האָבן כולל געווען כלערלייע שליטות פון נאַטור. זיי האָבן אויך געהאַט אַ געטין פון פרוכטבאַרקייט, וואָס איז דער געוויינליכער שטייגער אין פּאַגאַנישע שיטות, וואָס זיי האָבן זי גערופן אומיי[2][7].
זיי האָבן אָפּגעגעבן כבוד חיות, און כאַזאַרישע שבטים האָבן געהאַט אייגענע טאָטעמס. ס'איז אויך געוואוסט, אַז כאַזאַרישע שאַמאַנען פלעגן געבן קרבנות צו דעמבער, באשר דאָמב איז געווען ביי זיי און אנדערע טירקן אַ הייליקער בוים[2].
כוזרים האָבן געבויט ספּעציעלע מזבחות און געצן, געמאַכט אַמולעטן און כלערלייע בילדער אויף כלים און אַנדערע זאַכן מיט רעליגיעזע סימבאָלן און סצענעס[2][7][8]. די דאָזיקע אָפּמאָלונגען ווייזן אמתע און מעשהדיקע חיות, מענטשן און אַבסטראַקטע פיגורן. דער טייטש פון זיי איז אָבער ניט תמיד קלאָר און למשל געשטאַלטן פון הויפּטגעטער אָדער שאַמאַנען זענען צווישן זיי ניטאָ[7].
מאָנאָטעאיזם
די באַפעלקערונג פון כאַזאַריע איז געווען פיל־מיניק און האָט איינגעשלאָסן אַ סך פעלקער (חוץ די כאַזאַרן גופא), וואָס האָבן געהאַט פאַרשידענע רעליגיעס. מוסולמענער, קריסטן און יידן האָבן באַוואוינען וויכטיגע סוחרישע שטעט אין כאַזאַריע: כאַזאַראַן, סאַמאַנדאַר און אַנדערע. דאָרטן האָבן זיי געהאַט אייגענע הייזער פאַר גאָטסדינסט, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן זיי אין גרויסער זאָל אַנטפּלעקט[2].
אַ סך מוסולמענער זענען געקומען אין כאַזאַריע פון שכנותדיקע לענדער:בפרט פון איראַן און כוואַרעזם, און עטליכע כאַזאַרן האָבן אַליין אָנגענומען איסלאַם סוף 7טן - סוף 10טן י"ה. איינער פון די קאַגאַנען האָט אין 737 געמוזט צו ווערן אַ מוסולמענער ווי אַ פועל־יוצא פון מפּלה אין דער מלחמה מיט אַראַבישער אַרמיי[2][9].
קריסטישע שיטה איז אויפגעקומען אין כאַזאַריע פון פאַרשידענע קוואַלן, אָבער דווקא די ביזאַנטישע קריסטן, וואָס זענען מאַסנווייז אנגעהויבן צו קומען תחילת קיין קרים זינט 8טן י"ה, זענען געווען מערסטנס אַקטיוו אינעם טויפן פון כאַזאַרן. עס זענען דאָ ראַיות, אַז זייערע טעטיקייט איז געווען אויפטואיק: די כאַזאַרן האָבן בפירוש געבויט אייגענע קלויסטערס און עס איז דאָ אַ געשיכטע פון אַ טויפן פון בערך צוויי הונדערט איידלע כאַזאַרן דורך באַרימטן קריסטליכן מיסיאָנער קיריל אין [2] 861.
רעפערענצן
- ↑ Golden PB (2007) The conversion of the Khazars to Judaism. In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives: 123–162
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 2.6 Brook KA (2006) The Jews of Khazaria, 2nd Edition. Rowman & Littlefield, 317 pp
- ↑ 3.0 3.1 Erdal M (2007) The Khazar language. In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives: 75–108
- ↑ Гаркави АЯ (1865) О языке Евреев, живших в древнее время на Руси, и о славянских словах встречающихся у еврейских писателей. Типография Императорской Академии Наук, 65 с
- ↑ Плетнёва СА (1976) Хазары. Наука, Москва, 93 с
- ↑ 6.0 6.1 Hosszú G (2012) Heritage of Scribes: The Relation of Rovas Scripts to Eurasian Writing Systems. Rovas Foundation, Budapest, 312 pp
- ↑ 7.0 7.1 7.2 Флёрова ВЕ (2001) Образы и сюжеты мифологии Хазарии. Гешарим, Иерусалим/Москва, 159 с
- ↑ Плетнёва СА (1999) Очерки Хазарской археологии. Гешарим, Иерусалим/Москва, 375 с
- ↑ Wasserstein DJ (2007) The Khazars and the world of Islam. In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives: 373–386
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!