אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בשז יאר"

3,261 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
המשך
(אנהייב)
 
(המשך)
שורה 30: שורה 30:
* [[שבועות]] געפאלט זונטאג (אויך מאנטאג אין חוץ לארץ).
* [[שבועות]] געפאלט זונטאג (אויך מאנטאג אין חוץ לארץ).
* תעניתים: [[צום גדליה]] געפאלט מיטוואך, [[עשרה בטבת]] געפאלט דינסטאג, [[תענית אסתר]] געפאלט מיטוואך, [[תענית בכורים]] געפאלט פרייטאג, און [[שבעה עשר בתמוז]] און [[תשעה באב]] ווערן ביידע נדחה אויף זונטאג.
* תעניתים: [[צום גדליה]] געפאלט מיטוואך, [[עשרה בטבת]] געפאלט דינסטאג, [[תענית אסתר]] געפאלט מיטוואך, [[תענית בכורים]] געפאלט פרייטאג, און [[שבעה עשר בתמוז]] און [[תשעה באב]] ווערן ביידע נדחה אויף זונטאג.
==פרשיות און הפטורות==
אין א בשז יאר זענען פארהאן 55 שבתים, וואס אין צוויי אדער דריי פון זיי טוט מען נישט [[קריאת התורה|ליינען]] א [[פרשת השבוע]]: שבת [[חול המועד|חול המועד סוכות]] און שבת פון ערשטן טאג [[פסח]], און אין [[חוץ לארץ]] אויך [[אחרון של פסח]]. דער צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (53, [[פרשת וזאת הברכה|וזאת הברכה]] ווערט געליינט אין [[שמחת תורה]]) איז גלייך מיט דער צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט אין ארץ ישראל, און קיין שום פרשה ווערט דארט נישט צאמגעשטעלט. אין [[חוץ לארץ]] גלייכט זיך אויס דער חשבון ווען מען שטעלט צוזאמען [[פרשת מטות|מטות]]-[[פרשת מסעי|מסעי]].
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
*[[פרשת מקץ]] - ליינט מען די הפטורה פון [[שבת חנוכה]], "רני ושמחי"
*[[פרשת ויקהל]] - ליינט מען די הפטורה פון [[פרשת שקלים]]
*[[פרשת פקודי]] - די אשכנזים אין ארץ ישראל פירן זיך צו ליינען סיי די הפטורה פון ויקהל און סיי פון פקודי
*[[פרשת ויקרא]] - ליינט מען די הפטורה פון [[שבת זכור]]
*[[פרשת שמיני]] - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
*[[פרשת תזריע]], שבת ראש חודש ניסן - ליינט מען די הפטורה פון [[פרשת החודש]]
*[[פרשת מצורע]] - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון [[שבת הגדול]]
*[[פרשת קדושים]] - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, [[מחר חודש]]
*[[פרשת ראה]] - די אשכנזים ליינען די הפטורה פון [[שבת ראש חודש]], "השמים כסאי"
אין קעגנזאץ, זאגט מען אין דעם יאר די הפטורה פון [[פרשת צו]], א זאך וואס מאכט זיך זעלטן אין די קהילות וועלכע ליינען די הפטורה פון [[שבת הגדול]] אין יעדע יאר{{הערה|אין א שנה פשוטה ליינען זיי אלעמאל די הפטורה פון שבת הגדול אין פרשת צו, און אין אן עיבור יאר איז עס בדרך כלל פרשת זכור אדער פרשת פרה.}}. אן אנדערע זעלטענע "געווענליכע" הפטורה איז [[פרשת פינחס]] אין ארץ ישראל, וואס קומט אויס בעפאר די [[תלת דפורענותא]].
די וואס פירן זיך לויט די שיטה פון [[שולחן ערוך]]{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תכה|א}}}} (נישט ווי דער [[רמ"א]]) און זאגן נישט "השמים כסאי" אין שבת ראש חודש אלול, ליינען אינגאנצן נישט די הפטורה אין דעם יאר.