אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייב שווארץ"

1,380 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
קיין רעדאגירונג באמערקונג
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אייב שווארץ צו רוי:אייב שווארץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 3: שורה 3:


אייב איז געבוירן געווארן לעבן [[בוקארעשט]], [[רומעניע]] אין 1881, און האט זיך געצויגן קיין אמעריקע אין 1899. ער איז געווארן א טאלאנפולער קאמפאזיטאר פון מוזיק, ווי אויך א [[פידל]]ער, א [[פיאנע|פיאניסט]] און א [[קאפעל-מייסטער]].
אייב איז געבוירן געווארן לעבן [[בוקארעשט]], [[רומעניע]] אין 1881, און האט זיך געצויגן קיין אמעריקע אין 1899. ער איז געווארן א טאלאנפולער קאמפאזיטאר פון מוזיק, ווי אויך א [[פידל]]ער, א [[פיאנע|פיאניסט]] און א [[קאפעל-מייסטער]].
'''די גרינע קוזינע''' איז א ליד קאמפאזירט דורך [[אייב שווארץ]], מיט ווערטער פון יעקל לייזעראוויטש.
:עס איז צו מיר געקומען א קוזינע,
:שיין ווי גאלד איז זי געווען די גרינע.
:בעקעלאך ווי רויטע פאמעראנצן,
:פיסעלאך וואס בעטן זיך צו טאנצן.
:הערעלאך ווי זיידן וועב געלאקטע,
:ציינדלאך ווי פערעלאך געטאקטע.
:אויגעלאך ווי הימל בלוי אין פרילינג,
:ליפעלאך ווי קארשאלאך א צווילינג.
:ניט געגאנגען איז זי נאר געשפרונגען,
:ניט גערעדט האט זי נאר געזונגן.
:לעבעדיק און פריילאך יעדע מינע,
:אט אזא געווען איז מיין קוזינע.
:און אזוי אריבער צענער יארן,
:פון מיין קוזינע איז א טעל געווארן.
:פיידעס האט זי וואכן לאנג געקליבן,
:ביז פון איר איז גארנישט נישט געבליבן.
:היינט אז איך באגעגן מיין קוזינע,
:און איך פרעג איר ס'מאכסטו עפעס גרינע.
:זיפסט זי אפ און איך ליין איר מינע,
:ברענען זאל קולאמבאס' מדינה!


{{גרונטסארטיר:שווארץ, אייב}}
{{גרונטסארטיר:שווארץ, אייב}}