רוי:פרשת פקודי
פרשת פקודי איז די עלפטע און לעצטע פרשה אין ספר שמות. ווען מען ליינט די סדרה אין שול, זאגט דער עולם "חזק חזק ונתחזק" נאכן ענדיגן די פרשה.
אין א פשוטן יאר גייען די סדרות ויקהל און פקודי צוזאמען, אחוץ ווען דאס קביעות פונעם יאר איז השא, דעמאלסט גייט ויקהל באזונדער, ווייל ס'איז דא אן איבריגער שבת פאר פסח און מען וויל ליינען פרשת צו אום שבת הגדול. אין אן עיבור יאר גייט פקודי אלעמאל באזונדער.
די סדרה הייבט אן מיט ציילן די נדבות וואס די אידן האבן געגעבן פארן מאכן דעם משכן.
נאך דעם דערציילט די פרשה ווי מ'האט געמאכט די בגדי כהונה, דעם אפוד און חושן, דעם מעיל, די העמדער (כתונת), די הויבן פון אהרן (מצנפת) און די כהנים (מגבעות), די מכנסיים, גארטלען (אבנט) און דעם ציץ.
נאכהער ווערט דערציילט וויאזוי משה רבינו האט אויפגעשטעלט דעם משכן ראש חודש ניסן, [1] און דער אייבערשטער האט געלאזט רוען זיין שכינה אויפן משכן.
הפטורה
די הפטורה פון פרשת פקודי (ווען עס איז נישט איינע פון די ארבע פרשיות, קומט פון ספר מלכים א פרק ז, און באשרייבט ווי שלמה המלך האט געבויט דעם בית המקדש. די ספרדים און תימנים ליינען פסוקים מ-נ, און די אשכנזים פון פסוק נא ביז פרק ח פסוק כא.
אבער אין רוב יארן געפאלט אויס פרשת פקודי מיט איינער פון די פרשיות (זעט אונטן). דעמאלסט ליינט מען די הפטורה וואס געהערט צו יענער פרשה.
ארבע פרשיות
אזוי ווי מען ליינט פרשת פקודי אין חודש אדר, געפאלט דאס אפטמאל צוזאמען מיט איינער פון די ארבע פרשיות.
אין א פשוט יאר איז דער שבת וואס מען ליינט פקודי שבת מברכים. ווען דאס יאר האט קביעות הכז, קומט אויס דעם שבת פרשת פרה; אין יעדן אנדערן פשוטן יאר קומט עס אויס פרשת החודש. אין אן עיבור יאר מיטן קביעות החא אדער השג קומט עס אויס פרשת שקלים און שבת מברכים, אנדערש ליינט מען פקודי אליין.
רעפערענצן
- ↑ אין א פשוט יאר, ליינט מען די פרשה דעם שבת פאר ראש חודש ניסן.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!