רוי:מארק ווארשאווסקי - יידישע פאָלקסלידער

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

מארק ווארשאווסקי - יידישע פאָלקסלידער מיט 31 ניגונים איז דער צווייטער באנד פון דער ציקל מוסטער-ווערק פון דער יידישער ליטעראטור ערשינען אום ה'תשי"ח אין בוענאס איירעס, ארגענטינע אין טויזנט עקזעמפלארן.

אינעם בוך ברעהנגען זיי אויסער די פאקטישע ארגינעלע ליריקס פון מארק ווארשאווסקי (זיין ערשטע בוך אידישע פאלקסליעדער, מיט בלויז 25 ליעדער, איז ערשינען צוערשט אום ה'תרס"א אין ווארשע מיט א פאררעדע פון שלום עליכם), אויך די נאטן פאר 31 ניגונים און פילע באשרייבונגען פון באריהמטע שרייבער איבער עהם און ביאגראפישע שטריכן פון זיין לעהבן, זיין ביבליאגראפיע (דורך יעפים ישורון), איבער זיינע לידער און איבער זייער גרויסע השפעה אויפן אידישן קולטור. אסאך באציהט מען זיך צו זיין מעהרסט באריהמט ליד אויפן פריפעטשיק - וועלכער האט ארגינעל געהייסן דער אלף בית.

בס"ה אנטהאלט דער בוך 213 זייטן. דער אריינפיר און רעדאקציע צום דאזיגן בוך איז דורך שמואל ראזשאנסקי. דער בוך איז ווידער איבערגעדרוקט געווארן אום ה'תשכ"ה.

וועב לינקען

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!