רוי:יידישלאנד (זשורנאל)
"ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַרישער קוואַרטאַלניק, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 2018 דורך די ישׂראלדיקע שריפטשטעלער וועלוול טשערנין און מיכאל פעלזענבאַום ביי דער שטיצע מצד דעם פאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט". ער ערשיינט אין צוויי טיראַזשן – אין ישׂראל און אין שוועדן. מיטגלידער פון דער רעדקאָלעגיע זענען, חוץ די גרינדער, ניקאָליי אָלניאַנסקי (שוועדן), דוב־בער קערלער (ישׂראל - פשאַ), וואַלערי דימשיץ (רוסלאַנד) און יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ (ביראָבידזשאַן). צווישן די מחברים פונעם זשורנאַל זענען די דיכטער און פּראָזאַיִקער רבקה באַסמאַן בן־חיים, פעליקס חיימאָוויטש, משה לעמסטער, ישׂראל נעקראַסאָוו, ירמיהו־אהרן טאַוב, יואל מאַטוועיעוו, שלום בערגער, ברוריה וויגאַנד, חיים סאָקאָל, מאַרעק טושעוויצקי, שירי שאַפּיראַ, דוד־עומר כּהן אא. חוץ דער אָריגינעלער קינסטלערישער ליטעראַטור, פאַרעפנטליכט דער זשורנאַל איבערזעצונגען פון אַנדערע שפּראַכן, ווי אויך וויסנשאַפליכע און קריטישע אַרטיקלען אין געביט פון דער ייִדישער ליטעראַטור, פאָלקלאָר, טעאַטער, שפּראַך־קענטעניש וכּדומה. "ייִדישלאַנד" אַנטהאַלט באַשטענדיקע רובריקעס: "נייע ביכער", "אַ ניי זינגליד" און "מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט".
זעט אויך
רעפערענצן
דרויסנדע לינקס
https://www.facebook.com/yidishland
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!