רוי:חוט המשולש (דרוש)

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

חוט המשולש איז א באקאנטער דרוש ספר מיט חידושים פארפאסט דורך א טאטע, זון און אייניקל.

דער ספר האט ארויסגעגעבן דער אייניקל און בייגעלייגט די חידושים פון זיין טאטן און זיידן.

עס לויפט אויף די סדר פון די פרשיות התורה, ווען אויף יעדע סדרה איז דא איינס אדער מערערע חידושים פון יעדן איינעם.

פאלגענד זענען די דריי אפטיילונגען:

  • שער אשר פון רבי אשר לעמיל הלוי רב אין איינזשטאט.
  • שער המים פון זיין זון רבי יחיאל מיכל הלוי פון גלוגא וועלכער האט שפעטער איבערגענומען דעם טאטן'ס פלאץ אין אייזנשטאט.
  • שער הקטן פון זיין זון, דער ארויסגעבער, רבי משה הלוי פון גלוגא און רב אין צעהלים.

אין די ערשטע אויסגאבע איז פארהאן ווארימע הסכמות פון: רבי משה סופר פון פרעשבורג דער חתם סופר, רבי צבי הירש ברודא פון קיצע און פונעם באקאנטן גאון רבי דוד דייטש פון ניישטאדט.

דער ספר איז געדרוקט באותיות רש"י און אנטהאלט איבער הונדערט בלעטער.

דרוקסאגראפיע

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!