רוי:העשל ראבינקאוו

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

העשל ראַבינקאָוו (רוסיש: Григорий Рабинков, Гессель Беркович Рабинков; ‏1908, סערעדינע-בודע, אוקראַיִנע – 1981, מאָסקווע) איז געווען אַ ייִדישער שרייבער און דראַמאַטורג, וועמענס לעבן און שאַפונג זענען געווען ענג פאַרבונדן מיט דער יידישער אויטאָנאָמער געגנט.

לעבנסגעשיכטע

העשל ראַבינקאָוו איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סערעדינע-בודע פון דער טשערניגאָווער גובערניע, רוסלענדישער אימפּעריע (יעצט – אוקראַיִנע). אין 1935 האָט ער פאַרענדיקט די ייִדישע אָפּטיילונג פונעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אַוועקגעפאָרן קיין ביראָבידזשאַן. העשל ראַבינקאָוו האָט געאַרבעט אַלס לערער אין שול און אין 1939 איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדען "ערע-צייכן". איינצייטיק האָט ער פאַרעפנטליכט זיינע ווערק אין דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" און אינעם אָרטיקן זשורנאַל "פאָרפּאָסט". אין סוף 1930ער יאָרן האָט דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער מלוכה-טעאַטער געשטעלט העשל ראַבינקאָווס פּיעסע "ראובן בורלעס" און בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה – זיין פּיעסע "אין די קרימער בערג". נאָך דער מלחמה האָט העשל ראַבינקאָוו געאַרבעט איבער אַ היסטאָרישער דראַמע געווידמעט אברהם גאָלדפאַדענען און געווען איינער פון די מחברים פונעם אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן". אין 1949, בעת אַנטי-סעמיטישע רדיפות אינעם ראַטנפאַרבאנד איז העשל ראַבינקאָוו אַרעסטירט געוואָרן אין די ראַמען פון אַזוי גערופענעם "ביראָבידזשאַנער ענין" צוזאַמען מיט די ביראָבידזשאַנער שרייבער ישראל עמיִאָט, בוזי מילער און נחום פרידמאַן. ביז 1956 איז העשל ראַבינקאָוו געווען אין גולאַג-לאַגערן. נאָך דער באַפרייאונג האָט דער שרייבער זיך אומגעקערט קיין ביראָבידזשאַן. אין די 1960-1970 האָט ער זיך געדרוקט אין דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" און אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד".

זיינע ביכער

  • Земляки, Москва, «Советский писатель», 1977
  • ניי-שטאָט, מאָסקווע, "ביבליִאָטעק פון "סאָוועטיש היימלאַנד", 1983

רעפערענצן

  • וועלוול טשערנין, "צוויי שליחי-ציבור: "העשל ראַבינקאָוו און צבי פּרייגערזאָן"", ירושלימער אַלמאַנאַך, נומ. 26, ירושלים, תשנח, זז. 257 – 270.
  • וועלוול טשערנין, "'דער באָבע מערעס אַן אַלטער טלית': דער אַטעיִזם און די אידישקייט אין ביראָבידזשאַן פונעם אָנהייב 60ער יאָרן אויפן ביישפּיל פון העשל ראַבינקאָווס דערציילונג 'ניי-שטאָט'", מזרח, ב. II, פראַנקפורט-אַם-מיין, 2011, זז. LXI – LXXVI.
Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!