רוי:המבשר די וואך

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

המבשר די וואך איז א אידיש שפראכיגע וועכנטליכע אויסגאבע פון דער פרומער ארץ ישראל'דיגער צייטונג המבשר, וועלכע ערשיינט יעדע וואך און ווערט געדרוקט ווי א טייל פון דער טעגליכער פרייטאג צייטונג. די צייטונג פארמאגט בלויז איין גרויסן בלאט און די רעדאקציע געפונט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן.

שפראך

די שפראך פון דער צייטונג איז א מין געמישט לשון פון אמעריקאנער, ארץ-ישראלדיגער און אייראפעשיער אידיש. די צייטונג איז נישט מקפיד אויף די גראמאטישע סטאנדארטן און ווערט געשריבן ווי ס'לאזט זיך.

אינהאלט

אין דער צייטונג איז פאראן פארשידענע אפטיילונגען:

נייעס: די נייעס, וואס זענען פארלאפן אין דער פארגאנגענער וואך אין ארץ ישראל. "נייעס אין קורצן" - קארצע נייעס פון ארץ ישראל און דער גארער וועלט.

ערציילונגען: "ערציילונג" - א וואכנדיגער דערציילונג. "סיפור בהמשכים" - א דערציילונג מיט פארזעצונגען.

דברי תורה: "די וואכעדיגע פרשה - דער לימוד מוסר דערפון" - א קורצע געדאנק פון דער וואכעדיגער סדרה.

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!