רוי:הכז יאר

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

א הכז יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט הכז הייבט אן דאנערשטאג (ה, דער פינפטער טאג פון דער וואך), איז "כסדרה" (כ) דאס הייסט חשון האט 29 טעג און כסלו האט 30 טעג, און פסח געפאלט שבת (ז). א יאר פון סארט הכז איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 354 טעג, מיט 51 שבתים.

א הכז יאר איז דער מערסט פארשפרייטער סארט יאר, און פאסירט אין 18% פון אלע יארן[1]. לעצטנס האט פאסירט א הכז יאר אין ה'תשע"ב, ה'תשע"ה און ה'תשע"ח.

ימים טובים

  • אין א הכז יאר געפאלט ראש חודש אום שבת דריי מאל: ראש חודש מרחשון געפאלט פרייטאג און שבת, ראש חודש ניסן געפאלט שבת און ראש חודש אלול געפאלט שבת און זונטאג.
  • חנוכה געפאלט פון מיטוואך ביז מיטוואך, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל דינסטאג אוונט.
  • ט"ו בשבט געפאלט מיטוואך.
  • פורים געפאלט דאנערשטאג (אין ירושלים פרייטאג).
  • ל"ג בעומר געפאלט דאנערשטאג.
  • שבועות געפאלט זונטאג (אויך מאנטאג אין חוץ לארץ).

פאסט טעג

רעפערענצן


Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!