רוי:דניאל מארלין
Jump to navigation
Jump to search
דניאל מאַרלין (ענגליש: Daniel Marlin, געב. אין ניו-יאָרק 1945) איז אַן אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטער (אויף ענגליש און אויף ייִדיש) און קינסטלער.
לעבנס-געשיכטע
דניאל מאַרלין איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, אויסגעוואַקסן אין ניו-יאָרק. מיט לידער אויף יידיש האָט ער דעביוטירט אין 1981 אויף די שפּאַלטן פונעם לאָס-אַנדזשעלעסער ליטעראַרישן זשורנאַל "חשבון". אַ וויכטיגע ראָליע אין דניאל מאַרלינס קומען צו דער שאַפונג אויף דער יידישער שפּראַך האָט געשפּילט מלכּה חפץ-טוזמאַן. אַ געוויסע צייט האָט דער דיכטער געלעבט אין יאַפּאַן. יעצט וואוינט ער אין בערקלי, קאַליפאָרניע, וואו ער פאַרנעמט זיך צווישן אַנדערס מיט אונטעריכטן יידיש.
דניאל מאַרלינס ביכער
- Mad Ships Cargo: Trees of Justice, New York, 1969
- A Green for My Blues: Art, Poetry, and Prose, New York, 1977
- לידער, בוירקלי, 1981
- Jerusalem & the boardwalk, Berkely, 1982
- Heart of Ardor: Paintings, Berkely, 2007
- Isaiah at the Wall, Palestine Poems, Berkeley, 2010
- Amagasaki Sketchbook, Berkeley, 2011
דרויסנדע לינקס
- דריי לידער פון דניאל מאַרלין אויף יידיש
- דריי לידער פון דניאל מאַרלין (אויף ענגליש)
- וועגן דניאל מארלינס בוך צייכענונגען "הייס האַרץ" (אויף ענגליש) - http://louisproyect.org/2008/03/19/heart-of-ardor/
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!