רוי:די טאקסע
די טאַקסע אדער די באַנדע שטאָט בעלי טובות איז דאס צווייטע בוך געשריבן פון מענדעלע מוכר ספרים אין פאָרעם פון א דראמאטישער סאטירישער פיעסע וועגן די ראשי הקהילה פון דער שטאט גלופּסק (מענדעלע'ס צו-נאמען פאר בארדיטשעוו) וועלכע רייטן אויף די ארעמע מאסן מיטן איינמאנען די קאָראָבקע - א שטייער ארויפגעלייגט דורך דער רוסישער רעגירונג.
עס איז ערשינען צום ערשטן מאהל אין זשיטאמיר אין יאהר ה'תרכ"ט און אנטהאלט ניין סצענעס.
לויט ווי עס שרייבט י. ח. ראווינצקי האט מענדעלע, צוליב דער שטורעם וואס די סאטירע האט ארויסגערופן, געמוזט פארלאזן בארדיטשעוו מיט זיין הויזגעזינד וואו ער האט געוואוינט צען יאר.
געשיכטע
די סצענעס אינעם בוך שילדערן ווי די שיינע יודן פון שטאט שינדן די הויט פין די ארעמע-לייט, און שטעלן נאך אן א פנים ווי זיי נעמען זיך אן פאר זיי.
ער ברענגט ארויס די שווערע לאגע פין די אונטערדוקטע און פארארעמטע יידישער מאסע, וואס האבן נאך אויסער די אלגעמיינע באגרעניצונגען אויף אידן, אויסצושטיין פין די א.ג. שטאט-פארזארגער.
כאראקטערן
טובי העיר
- ר' איציק וואלף ספאדיק
- ר' שמעיה תם
- ר' משה בעל-תכלית
- ר' יוסף מהיכא תיתי
- ר' יידעלע שטאנדהאפט
די מתנגדים פין די בעלי טובות
- ר' בערל לאקשעוויץ
- ר' פרידל דער קליינער
- ר' שלמה וועקער
אנדערע מענטשן
- ר' יאסעלע שינדער, דער בעל טאקסע
- ר' נתן שיפרה'ס, א מקורב צום בעל טאקסע
- ר' ראובן פיאווקין
- ר' אהרן קנעכטבארג
- ר' נתן פרעכמאן
- ר' מענדל דער געלער, שטאט שייגעץ וועלכער נעמט זיך אהן פאר די בעלי טובות
- ר' אברהמל גרינפאַן
דרוקסאגראפיע
- זשיטאמיר, ה'תרכ"ט
- ווילנע, 1872
- 1913
- ווארשע, ה'תרע"ג (אין פיפטן באנד פון "אלע ווערק")
- נ"י, איקוף, 1964 (אין ערשטן באנד פון "געקליבענע ווערק")
דאס בוך איז איבערגעזצט געווארן אויף רוסיש דורך יוסף פעטריקאווסקי, געדרוקט אין שווארץ-טומאה אין יאר 1884.
וועב לינקען
- ערשטער דרוק ביי גוגל ביכער https://books.google.com/books?id=xTQ9AAAAcAAJ&pg=PP1#v=onepage&q&f=false
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!